ווידעאָ: פּויליש קאַבאַרעט־ליד „צוויי הערצער — פֿיר אויגן“ געזונגען אויף ייִדישWATCH: Polish cabaret song, “Two Hearts – Four Eyes’’, performed in Yiddish
די אַקטריסע רונית אשרי זינגט דאָס ליד וועגן אַ שוואַרץ־מזלדיקן פּאָרפֿאָלק אין באָריס סאַנדלערס איבערזעצונג.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די וואָך האָט די ייִדישע אַקטריסע רונית אשרי אַרויסגעלאָזט אַ מוזיק־ווידעאָ, אין וועלכן זי זינגט אַ נײַעם ייִדישן נוסח פֿונעם פּוילישן קאַבאַרעט־ליד „צוויי הערצער — פֿיר אויגן“. אשרי האָט זיך דערוווּסט וועגן דעם ליד, וואָס שילדערט אַ שוואַרץ־מזלדיק פּאָרפֿאָלק, פֿונעם פֿילם ”קאַלטע מלחמה“, וואָס איז אַרויס אין 2018. דאָס ליד, געזונגען אויף פּויליש דורך דער אַקטריסע יאָאַנאַ קוליג, איז איר אַזוי געפֿעלן אַז זי האָט געבעטן דעם ייִדישן שרײַבער באָריס סאַנדלער עס איבערצוזעצן אויף מאַמע־לשון. דער רעזולטאַט, ווי מע קען הערן, איז שטאַרק געלונגען. דעם קינסטלעריש געמאַכטן מוזיק־ווידעאָ האָט רעזשיסירט דער אַקטיאָר, זינגער און פֿילמאָגראַף יוני אילת.
במשך פֿון די 2000ער און 2010ער יאָרן איז רונית אשרי אויפֿגעטראָטן אין צענדליקער פּיעסעס בײַם „ייִדישפּיל“־טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָרטן האָט זי זיך באַקענט מיט איר מאַן, דעם אַקטיאָר געראַ סאַנדלער. דאָס פּאָרפֿאָלק האָט זיך באַזעצט אין ניו־יאָרק אין 2017, כּדי צו שפּילן אינעם „נײַעם ייִדישן רעפּערטואַר־טעאַטער“. זיי זענען אויפֿגעטראָטן צוזאַמען אין חנוך לעווינס „די אַרבעט פֿונעם לעבן“ און אין אַנדערע פּיעסעס מיט דער טרופּע, ווי אויך אין דער פּאָפּולערער טעלעוויזיע־סעריע „ניט־אָרטאָדאָקסיש“.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover. All donations are being matched by the Forward Board - up to $100,000.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
