Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

באַגריסונג פֿון דניאל גלאַי בײַם באַקומען לעבנסווערק־אויסצייכענונגDaniel Galay’s words on receiving his lifetime achievement award

דער אַרגענטינער־געבוירענער גלאַי איז אַ קאָמפּאָזיטאָר פֿון סימפֿאָנישע ווערק וואָס האָט געשאַפֿן מוזיק צו באַגלייטן ווערק פֿון ייִדישער פּאָעזיע.

וועגן דער צערעמאָניע

ד״ר שׂרה זיו — פֿאָרזיצערין; פֿרוי יהודית סולל — גענעראַל דירעקטאָרין פֿון דער נאַציאָנאַלער אינסטאַנץ פֿאַר ייִדישער קולטור; חשובֿער עולם:

ווען כ’בין געווען פֿינף יאָר אַלט, אין בוענאָס־אײַרעס, האָט מיך מײַן מוטער צום ערשטן מאָל געבראַכט צו דער פּיאַנע־לערערקע צוויי גאַסן פֿון אונדז. זי האָט מיר נישט געפֿרעגט. און איך האָב איר נישט געבעטן. אַזוי האָט זיך אָנגעהויבן די גאַנצע מעשׂה.

ווען כ’בין אַלט געווען זיבן יאָר פֿלעג איך זונטיק גיין אין דער מאַטינע־ פֿאָרשטעלונג פֿון איפֿט־טעאַטער וווּּ מײַן פֿאָטער האָט געשפּילט. אויף ייִדיש, פֿאַרשטענדלעך. וואָך אײַן, וואָך אויס אין פֿאַרלויף פֿון יאָרן. דאָרטן האָב איך אָנגעזאַפּט די לויטערע קלאַנגען פֿון אונדזער מאַמע־לשון און אויך געזען מיט מײַנע אייגענע אויגן ווי ס’ייִדישע פֿאָלק, אַ מאָל אַ באַבערדלטער און אַ מאָל נישט,  שטייט, גייט און טאַנצט אויף דער בינע. די מאַסן־סצענעס האָבן מיך פֿאַרכאַפּט און באַגלייטן מיך אַ גאַנץ לעבן, ביז הײַנט־צו־טאָג.

אין 1975 איז פֿאָרגעקומען מײַן פּרעמיערע־קאָנצערט אויף ביאַליק גאַס אין זאַל פֿון דער צענטראַלער מוזיק־ביבליאָטעק אין תּל־אָבֿיבֿ. דאָרט האָב איך געהאַט אַ שוידערלעכע איבערלעבונג. אַ לאַנגיאָריקער קאָמפּאָזיטאָר, בײַ וועמען כ’האָב דערוואַרט אַ פּאָזיטיווע רעאַקציע, האָט רעאַגירט קאַלט אויף מײַן אויפֿטריט, ממש ווי ער וואָלט ניט געווען דערבײַ. ס’הייסט אַז פֿון מײַן ערשטן קאָנצערט אָן האָב איך שוין פֿאַרשטאַנען אַז די מוזיקוועלט איז תּמיד פֿאַרבונדן מיט ראַנגלענישן, רײַסערײַען און מע דאַרף האָבן אַ שטאַרקן ווילן, צו קענען זיך אויספֿלאַסטערן דעם אייגענעם וועג אין דער קונסטוועלט.

שפּעטער, ווען איך האָב געוווינט אין שיקאַגע, די „ווינטן־שטאָט‟, צוזאַמען מיט מײַן באַשערטער, חנה, און די גאָר קליינע רחלי און אַסַף, האָב איך געלערנט וואָס עס מיינט שניי און אויפֿשטיין גאַנץ פֿרי כּדי רייניקן דעם אויטאָ און די ווײַסע בערגלעך אַרום אים. אויסער דעם האָב איך דאָרט, בײַם שיקאַגער אוניווערסיטעט, אויך באַקומען מײַן מאַגיסטער־טיטל אין קאָמפּאָזיציע.

אין די 1980ער יאָרן פֿון זעלבן יאָרהונדערט פֿלעגן זיך אין אונדזער היים, אין רַמַת אַבֿיבֿ צונויפֿטרעפֿן, ווי אין „אונטערגרונט‟, יונגע סאַברעס און באָהעמיער, כּדי צו געניסן פֿון אַ שטיקל געפֿילטע פֿיש און זינגען „אויפֿן פּריפּעטשיק‟. אַ סענסאַציע אין יענע ווײַטע טעג. אַזוי איז אויפֿגעשטאַנען דער המשך־דור פֿאַר ייִדיש מיט שולַה וואַבניק, פּסח סקודיצקי און אַנדערע געטרײַע פֿרײַנד.

כ’האָב אויך דורכגעלעבט די שענסטע און סאַמע דערהויבענע רגעס וואָס אַ בן־אדם קאָן זיך אַליין ווינטשן… ווען קינדער ניט־ייִדישע האָבן אין אַמעריקע געשפּילט מײַן כּליזמר־מוזיק; ווען אַ באַרימטער חזן, ישׂראל ראַנד, און אַ קליינער אַנסאַמבל האָט אויסגעפֿירט מײַן קאַנטאַטע, „וואָס, ער לעבט נאָך?!‟ צו טעקסטן פֿון צבֿי כַּנַר מיט דער באַטייליקונג פֿון ישׂראל טרײַסטמאַן אַלס נאַראַטאָר. ווען דײַטשע יונגע מוזיקערס האָבן געזונגען מײַן אָפּערע “חיים דער זון פֿון חיה‟. ווען מײַן טאָכטער רחלי האָט געשפּילט מײַן טשעלאָ־קאָנצערט  און מיט איר דרייסטקייט אוןזיכערע קלאַנגען האַט זי אַפֿילו דעם דיריגענט אַליין דיריגירט…

און איצט בין איך דאָ מיט אײַך אין דעם פֿריילעכן מעמד פֿון באַקומען דעם פּריז פֿאַר לעבנס־דערגרייכונג אויפֿן געביט פֿון ייִדיעשר מוזיק. וויל איך ערשטנס באַדאַנקען די זשורי־קאָמיסיע פֿון דער אינסטאַנץ, וועלכע האָט באַשלאָסן מיר דערטיילן  אָט דעם חשובֿן פּריז. אויך  אַלע מײַנע מוזיק־לערער און פּראָפֿעסאָרן, אַלע טאַלאַנטפולע מוזיקערס און זינגערס וועלכע האָבן אויסגעפֿירט און שפּילן ווײַטער מײַן מוזיק, דעם געטײַען פּובליקום וואָס באַגלייט מיך מיט וואַרעמקייט און הויכע דערוואַרטונגען און איבער אַלעם און אחרון־ אחרון חַבֿיבֿ מײַן לעבנס־באַגלייטערין חנה, וועלכע האָט, אויסער קאָמפּאָנירן די מוזיק, אַלץ געטאָן, רחלי און אספֿן וועלכע זענען שטענדיק מיט מיר און אויך די אייניקלעך וואָס קומען אונטער און  ברענגען אַרײַן אין דער משפּחה נײַע, און זיסע קלאַנגען.

דעם 1טן דעצעמבער 2020

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.