Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מירענבאַד — אַ קוראָרט פֿאַר רביים פֿאַר דער מלחמהMierenbad — a spa resort for Hasidic rebbes before the war

דוד לייטנערס בוך נעמט אַרײַן אַ טשיקאַווען אינצידענט וועגן אַ טעות אין פּשט צווישן אַ רבין און דעם דײַטשיש־ייִדישן אייגנטימער פֿון האָטעל.

Marienbad & Beyond
Dovid Leitner
Published by David Leitner, $29.95, 536 pp

דאָס שטעטל מאַריענבאַד, װאָס איז אַ מאָל געװען אין דער עסטרײַכיש־אונגאַרישער אימפּעריע און געהערט הײַנט צו טשעכיע, האָט זיך קונה־שם געװען אין דער ייִדישער ליטעראַטור צוליב שלום־עליכמס סאַטירישן װערק, װאָס ער האָט באַשריבן װי „נישט קײן ראָמאַן, נאָר אַ פֿאַרפּלאָנטערניש‟.

שלום־עליכם האָט דאָ חוזק געמאַכט פֿון אױפֿגעקומענע װאַרשעװער גבֿירים, װאָס האָבן נאָכגעמאַכט די אַריסטאָקראַטישע מאָדע און זײַנען זומערצײַט געפֿאָרן אינעם קוראָרט „זיך הײלן‟ מיט מינעראַל־װאַסער. פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה איז מאַריענבאַד טאַקע געװען פּאָפּולער בײַ דער העכסטער אַריסטאָקראַטיע. אין 1907 האָט זיך דער ענגלישער קעניג עדװאַרד VII דאָ געטראָפֿן מיטן עסטרײַכישן קײַזער פֿראַנץ־יאָזעף.

אָבער מאַריענבאַד איז געװען פּאָפּולער ניט נאָר בײַ די אײראָפּעיִשע פּריצים און װאַרשעװער גבֿירים. חשובֿע געסט זײַנען דאָ געװען חסידישע רביים מיט זײערע הױפֿן. פֿאַר זײ האָט מען געהאַלטן האָטעלן מיט גלאַט־כּשרע רעסטאָראַנען, מיקװאָות און אַנדערע באַקװעמלעכקײטן. זײ פֿלעגן שפּאַצירן, זופּנדיק זאַלציק־ביטער מינעראַל־װאַסער פֿון ספּעציעלע געפֿעסן און שמועסן װעגן תּורה און צומאָל װעגן געשעפֿטן פֿון עולם־הזה. די רביים זײַנען כּסדר געװען באַגלײט פֿון זײערע גבאָים, משרתים, זין, אײדעמס, אײניקלעך און סתּם חסידים. מאַריענבאַד איז געװען אַ מין „נייטראַלער‟ שטח, װוּ עס האָבן זיך געקענט טרעפֿן דער בעלזער, דער גערער, דער מינקאַטשער, דער װיזשניצער און אַנדערע רביים און אַרומרעדן ענינים פֿונעם בשותּפֿותדיקן אינטערעס אָן איבעריקע צערעמאָניעס.

די אַטמאָספֿער פֿונעם אַמאָליקן חסידישן מאַריענבאַד איז באַלעבט געװאָרן אינעם בוך פֿון דוד לײטנער, „מאַריענבאַד און װײַטער‟. דעם מחברס פֿאָטער, קורט (חיים אריה) לײטנער (1906 – 1988) שטאַמט פֿון אַ משפּחה, װאָס האָט פֿאַרמאָגט עטלעכע כּשרע האָטעלן אין מאַריענבאַד. אין זײַן יוגנט האָט זיך דער „אָפּאַ‟ (זײדע אױף דײַטשיש), װי דוד רופֿט זײַן פֿאָטער אינעם בוך, געטראָפֿן מיט די גדולי־התּורה פֿון זײַן דור. און כאָטש די משפּחה לײטנער איז געװען אַ „יעקישע‟, האָבן זײ געהאַט אַ סך דרך־ארץ פֿאַר זײערע חשובֿע חסידישע געסט, װאָס פֿלעגן אײַנשטײן אין זײערע האָטעלן יעדן זומער־סעזאָן. ספּעציעל חשובֿ איז געװען דער בעלזער רבי ר’ ישׂשׂכר־דובֿ. פֿאַר דער ערשטער װעלט־מלחמה פֿלעגט דער רבי מיט זײַן זון ר’ אהרן און זײַנע יחידי־סגולה יעדעס יאָר פֿאָרן אַריבער זעקס הונדערט מײַל פֿון גאַליציע קײן מאַריענבאַד. זײ האָבן פֿאַרנומען 18 צימערן אין לײטנערס „האָטעל נאַציאָנאַל‟.

צומאָל אָבער האָבן זיך געטראָפֿן טשיקאַװע מיספֿאַרטײענישן צוליב דעם קולטורעלן אונטערשיד צװישן חסידים און „יעקעס‟. משה דוד לײטנער, דעם אָפּאַס פֿאָטער, האָט באַמערקט, אַז דער רבי עסט פֿיש און הינער מיט די הענט. ער האָט ניט פֿאַרשטאַנען, אַז דאָס איז געװען דעם רבינס מנהג און געטראַכט, אַז מסתּמא האַלט דער רבי דאָס גאָפּל־לעפֿל פֿונעם האָטעל פֿאַר ניט כּשר. האָט ער געקױפֿט אַ נײַעם קאָמפּלעט און אַלײן אים געטובֿלט אין דער מיקװה. ער האָט געבראַכט דאָס צום רבין און געזאָגט:

„חשובֿער רבי, איך האָב געקױפֿט דעם דאָזיקן גאָפּל־לעפֿל ספּעציעל פֿאַר אײַער כּבֿוד און איך האָב עס אַלײן געטובֿלט נעכטן אין דער פֿרי.‟ דער רבי האָט אױף דעם דערװידערט: „און איך האָב מײַנע פֿינגער געטובֿלט הײַנט אין דער פֿרי!‟ און האָט װײַטער געגעסן אָן גאָפּל און מעסער. יאָרן שפּעטער אין 1967, װען אָפּאַ האָט באַזוכט דעם ר’ ישׂשׂכר־דובֿס אײניקל אין ירושלים, האָט אים דער רבי מכבד געװען מיט פֿרוכטן און געהײסן דעם גבאי: „פֿאַר אַ יעקע דאַרף מען נאָך ברענגען אַ טעלער, אַ מעסער און אַ גאָפּל.‟ אַ סבֿרה, דער רבי האָט געהערט די מעשׂה, װאָס האָט זיך געטראָפֿן מיט זײַן זײדן און דעם אָפּאַס פֿאָטער אין מאַריענבאַד.

דער שפּיץ פֿונעם אָפּאַס קאַריערע אין מאַריענבאַד איז געװען די דריטע „כּנסיה גדולה‟ פֿון אַגודת־ישׂראל אין זומער פֿון 1937. דעמאָלט האָבן זיך אין מאַריענבאַד פֿאַרזאַמלט העכער װי אײן טױזנט דעלעגאַטן און געסט פֿון אײראָפּע, ארץ־ישׂראל און אַמעריקע, כּדי אַרומצורעדן די פּראָבלעמען, װאָס זײַנען געשטאַנען פֿאַר דער פֿרומער ייִדישער װעלט. מען האָט שױן געפֿילט, אַז די װעלט שטײט אױפֿן שװעל פֿון אַ קאַטאַסטראָפֿע, און ייִדן װעלן זײַן איר גרעסטער קרבן. אַ װיכטיקע פֿראַגע איז געװען, צי „אַגודה‟ איז גרײט מיטצואַרבעטן מיט ציוניסטן און אַנדערע װעלטלעכע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס כּדי אױפֿצובױען דעם ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל.

דער באַשלוס איז געװען אַ נעגאַטיװער: „די גדולים פֿון דער כּנסיה האַלטן, אַז אגודת־ישׂראל דאַרף האָבן אַן אײגענע אָרגאַניזאַציע, װאָס זאָל ניט אַרבעטן בשותּפֿות מיט ׳מיזרחי׳ [רעליגיעזע ציוניסטן] אָדער ׳סוכנות׳ [ייִדישע אַגענץ] אין קײן שום זאַך.‟ די חרדים האָבן געהאַלטן, אַז אַ ייִדישע מלוכה אין ארץ־ישׂראל, װאָס שטײט ניט אױף די יסודות פֿון דער תּורה, װעט זײַן אַ חילול־השם. זײ האָבן באַשלאָסן זיך צו װענדן צו דער בריטישער רעגירונג מיט אַ בקשה אָפּצוזוכן אַ מקום־מקלט פֿאַר ייִדן ערגעץ־װוּ אױף די קאָלאָניאַלע שטחים פֿון דער בריטישער אימפּעריע.

אָפּאַ איז ניט געװען פֿאַרטאָן אין די װיכּוחים אױף די זיצונגען פֿון דער כּנסיה. זײַן אַחריות איז געװען די אָרגאַניזאַציע פֿונעם צוזאַמענפֿאָר. אױף די פֿאָטאָגראַפֿיעס פֿון יענער צײַט זעט מען אים כּסדר אין הינטערגרונט, פֿאַרנומען מיט אַ פּראַקטישער טירחה. דאָס בוך האָט אַ שלל מיט זעלטענע היסטאָרישע פֿאָטאָס, דער עיקר פֿון די חשובֿע פֿרומע געסט אױף װאַקאַציעס אין מאַריענבאַד. כּמעט אַלע פֿיגורן אױף די בילדער זײַנען מענער; פֿרױען באַװײַזן זיך זײער זעלטן. מסתּמא האָבן זײ געהאַט זײערע אײגענע געשעפֿטן אױפֿן קוראָרט: אונטערגעהאַלטן די װיכטיקע משפּחה־פֿאַרבינדונגען, באַטראַכט פּאַסיקע קאַנדידאַטן און קאַנדידאַטקעס פֿאַר שידוכים. די העכערע שיכטן פֿון דער דעמאָלטיקער פֿרומער ייִדישער סבֿיבֿה זײַנען געװען זײער פֿאַרנומען בעתן הױכסעזאָן אין מאַריענבאַד.

היטלער האָט אָקופּירט טשעכאָסלאָװאַקײַ נאָך פֿאַרן אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. דער געסטאַפּאָ האָט זיך געיאָגט נאָך אָפּאַ צוליב זײַן חשובֿער ראָלע אין דער אָרגאַניזאַציע פֿון דער כּנסיה הגדולה. ער האָט געהאַט דאָס גוטע מזל צו אַנטלױפֿן קײן פּױלן מיט דער הילף פֿון אַ פּױלישן אײַזנבאַן־מאַשיניסט. דער בעלזער רבי האָט אים שפּעטער דערקלערט, אַז דער מאַשיניסט איז געװען אליהו הנבֿיא. אַנדערע מיטלידער פֿון זײַן משפּחה זײַנען פֿאַרבליבן אין פּראָג און אומגעקומען אינעם חורבן.

אָפּאַ האָט פֿאַרבראַכט די מלחמה־יאָרן אין ענגלאַנד און דערנאָך איז ער אַריבער קײן טשילע, װוּ עס האָט אױף אים געװאַרט זײַן כּלה. זײ זײַנען פֿאַרקנסט געװאָרן ערבֿ דער דײַטשישער אָקופּאַציע און האָבן געמוזט װאַרטן אַכט יאָר ביז זײ האָבן חתונה געהאַט. פֿון טשילע האָט זיך די משפּחה אומגעקערט קײן ענגלאַנד און זיך באַזעצט אין מאַנטשעסטער, װוּ אָפּאַ האָט געעפֿנט אַ כּשרן סאַרװערײַ־געשעפֿט „לײטנערס קײטערינג‟. דוד לײטנערס בוך װעגן זײַן פֿאָטער אַנטפּלעקט פֿאַרן הײַנטיקן לײענער די רײַכע און קאָלירפֿולע װעלט פֿון דער אַמאָליקער אײראָפּעיִשער ייִדישקײט, װאָס איז אומגעקומען אינעם חורבן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.