פֿון אונדזער אַרכיוו: זאָל זי גיין אויף דער ראַנדקע, צי ניט? (דערציילונג)From our archive: Should she go on the date or not? (short story)
שלום־עליכמס טאָכטער, ליאַלאַ קויפֿמאַן, באַשרײַבט די זאָרגן פֿון אַ מיידל, צי זי זאָל זיך טרעפֿן מיט אַ בחור אין זײַן שטוב.
ליאַלאַ קויפֿמאַן, אַ טאַלאַנטירטע שרײַבערין און זשורנאַליסטקע וואָס האָט במשך פֿון 40 יאָר באַשריבן אינעם פֿאָרווערטס די איבערלעבונגען פֿון דורות ייִדישע אימיגראַנטן און זייערע אַמעריקאַנער קינדער, ווערט הײַנט דערמאָנט בלויז ווי אַ פֿוסנאָטע צוליב אירע מער באַקאַנטע קרובֿים. איר פֿאָטער איז געווען שלום ראַבינאָוויטש, דער באַליבטער קלאַסיקער פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, באַקאַנט ווי שלום־עליכם, און איר טאָכטער איז געווען די באַרימטע אַרמעריקאַנער שרײַבערין בעל קאַופֿמאַן.
ליאַלאַ קאַופֿמאַן האָט אָנגעשריבן הונדערטער אַרטיקלען, ווי אויך מער ווי 2,000 גאָר קורצע דערציילונגען, וואָס זי האָט באַצייכנט ווי „סקיצעס“, און איז געווען איינע פֿון די פּאָפּולערסטע פֿאָרווערטס־שרײַבער פֿון די 1920ער ביז די 1960ער יאָרן, אָבער אירע ווערק זענען כּמעט ווי פֿאַרגעסן געוואָרן. צום טייל איז עס ווײַל מע האָט קיינמאָל ניט אַרויסגעגעבן קיין זאַמלונגען פֿון אירע דערציילונגען אין בוכפֿאָרעם. ס׳איז טאַקע אַ שאָד, ווײַל זי איז געווען אַ וווּנדערלעכע שרײַבערין, וועמענס קורצע דערציילונגען וואָלטן הײַנט געפֿונען אַן עולם אויף ענגליש. איר סטיל איז ענלעך צום אַמעריקאַנער שרײַבער אָ. הענרי און צום רוסישן מײַסטער אַנטאָן טשעכאָוו, וואָס בײַ ביידע ענדיקן זיך אָפֿט די דערציילונגען מיט אומדערוואַרטע חידושים.
די דאָזיקע דערציילונג, „יאָ גיין, ניט גיין“ איז לכתּחילה געדרוקט געוואָרן דעם 1טן דעצעמבער 1960 און מע קען אין איר שוין דערשפּירן די בײַטנדיקע סעקסועלע פּאָליטיק פֿון די 1960ער יאָרן. אויף ענגליש איז זי דערשינען אין 2016 אין רייזע טורנערס איבערזעצונג, ווי אַ טייל פֿון דער פֿאָרווערטס־אַנטאָלאָגיע Have I Got a Story for You .
דזשאָרדין קוציק
יאָ גיין, ניט גיין
ליבי איז געווען אין אַ שרעקלעכער פֿאַרלעגנהייט.
דאָס איז דאָס ערשטע מאָל אין איר אַכצן־יאָריקן לעבן, אַז מען רופֿט זי אויף אַ „דעיט“ (ראַנדקע) אין אַ בחורישער וווינונג, אין אַ געהיים ווינקעלע, און וועגן דעם וועט קיינער ניט טאָרן וויסן: ניט דער פּאַפּאַ, ניט די מאַמע, ניט די עטלערע שוועסטער, און דערהויפּט — די עלטערע שוועסטער!
יענער טאָג דערנענטערט זיך, און ליבי האָט נאָך ניט באַשלאָסן: צי זי זאָל יאָ גיין, צי ניט?
און גיין אַהין האָט זי אַזוי שטאַרק געוואָלט! עס האָט זיך איר געוואָלט פֿאַרבלײַבן צום ערשטן מאָל אין איר לעבן אונטער פֿיר אויגן מיט בילי, ווי זי רופֿט יענעם צוויי און צוואָנציק־יעריקן בחור.
פֿון אירע געדאַנקען ווערט איר אַזש דאָס האַרץ ווי אָפּגעשטאָרבן. וואָס וועט דאַן זײַן? קושן וועלן זיי זיך אַזוי, אַז קיינער זאָל ניט זען. אָבער זי האָט מורא. זי האָט מורא פֿאַר אַלץ: זי זאָל ניט באַגעגענען עמעצן פֿון אירע באַקאַנטע אויף די טרעפּ, די עלטערן זאָלן זיך ניט דערוויסן, די עלטערע שוועסטער זאָל זיך ניט אָנשטויסן… אָ, די עלטערע שוועסטער אירע! פֿון פֿרי אָן קוקט זי עפּעס אַזוי פֿאַרדעכטיק אויף ליבין…
„וואָס האָסטו זיך עפּעס אַזוי אויסגעפּוצט?“ — ווערט ליבי בלאַס און רויט.
„פֿאַרקערט, איך…“
„וואָס פֿאַרקערט…“ — נעמען זי דורך ווי מיט אַ קעלט דער שוועסטערס אָנגעשפּיצטע אויגן. זיי ביידע האָבן דאָך איין צימער צוזאַמען און זי, ליבי, האָט ניט וווּהין צו אַנטלויפֿן פֿון דער שוועסטערס שטרענגע אויגן.
„פֿאַר וואָס עסטו גאָרנישט? ביסט נישט געזונט?“ — טאַפּט איר די מוטער דעם שטערן בײַם עסן דינער (וועטשערע).
און דער פֿאָטער בורטשעט אין טעלער אַרײַן:
„אַז זי לויפֿט אַרום גאַנצענע טעג… קיינמאָל אין דער היים, נישטאָ…“
בײַ ליבין ווערט דאָס האַרץ אָפּגעריסן. זי האָט דאָך גראָד נאָר וואָס געוואָלט בעטן, מע זאָל זי לאָזן אין אָוונט גיין „צו אַ פֿרײַנדין“
וואָס זאָל זי טאָן? טרערן שטיקן איר אין האַלדז. ס׳אַראַ אומגליקלעכע זי איז!…
און די צײַט גייט דערווײַל און גייט. די צײַט לויפֿט. אָט איז שוין באַלד אָוונט… און פּלוצלינג כאַפּט ליבין אַרום אַ באַרויִקונג: נו, ניט באַשערט אַ פּנים, אפֿשר איז אַזוי בעסער?… זי האָט זיך אַזוי פֿיל אָנגעהערט פֿון איר מוטער, און באַזונדערס פֿון איר עלטערער שוועסטער, וועגן פֿאַרשיידענע אומגליקן וואָס פּאַסירן מיט יונגע מיידלעך, ווען זיי זײַנען ניט פֿאָרזיכטיק און באַזוכן יונגעלײַט אין זייערע וווינונגען. אַ קעלט לויפֿט איר אַזש דורך איבערן לײַב, ווען זי דערמאָנט זיך וועגן די אַלע מעשׂיות מיט פֿאַראומגליקלעכטע מיידלעך.
ניט באַשערט! מילא… וועט זי בלײַבן אין דער היים, וועט זיך אַוועקלייגן אויף דער סאָפֿע, נעמען אַ בוך און וועט לייענען, — אָט אַזוי וועט דערווײַל די צײַט אַוועק און אַ סוף! ניט באַשערט!…
ליבי לייגט זיך אויף דער סאָפֿע, נעמט אַ בוך און הייבט אָן לייענען. אָבער פֿון אונטער די שורות אַרויס זעט זי ביליס פּנים. די בוכשטאַבן זעען איר אויס ווי זײַנע אויגן, די שורהלעך — ווי זײַנע וואָנצעלעך. דאָס האַרץ נאָגט איר נאָך די פֿאַרלוירענע קושן…
זי כאַפּט אַ קוק אויף דער שוועסטער, וואָס ליגט אויך דאָ אין צימער, אויף דער בעט, און אויך מיט אַ בוך. אַך, ווען ניט די שוועסטער!…
מיט אַ מאָל פֿליט איר דורך אַ געדאַנק: און וואָס, אַ שטייגער, אַז די שוועסטער וועט אַנטשלאָפֿן ווערן? אָט אַזוי וועט זי לייענען, לייענען, און אַנטשלאָפֿן ווערן… שלאָף!… שלאָף…!
ליבי ווערט אַזש בלאַס פֿון אויפֿרעגונג: אפֿשר איז פֿאָרט באַשערט?…
און זי כאַפּט אַלע ווײַלע אַ קוק אויף דער עלטערער שוועסטער און בעט גאָט אין האַרצן:
„גאָטעניו! מאַך אַזוי אַז זי זאָל אַנטשלאָפֿן ווערן!“
און דער נס איז געשען! דער שוועסטערס אויגן האָבן זיך פּאַמעלעך פֿאַרמאַכט: נאָך אַ מינוט און זי שלאָפֿט אײַן און דאָס בוך פֿאַלט מיט אַ שטילן שאַרך אַראָפּ.
ליבי גליטשט זיך אָראָפּ פֿון דער סאָפֿע.
„באַשערט! עס איז קלאָר, אַז דאָס איז פֿון גאָט אַליין!“
און אָן דעם מינדסטן גערויש, ווי אַ מײַזל, שאַרט זי זיך אַרויס פֿון צימער.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO