Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

פֿון אונדזער אַרכיוו: די יאָלקע אין דער אַלטער הייםFrom our archives: The Christmas tree in the old country

אַ פֿאָרווערטס־עסיי אין 1943 האָט אויסגעדריקט אַן אומגעריכטע מיינונג וועגן ייִדן וואָס קויפֿן אָדער האַנדלען מיט ניטלביימער.

מיט כּמעט 80 יאָר צוריק, האָט דער אָנגעזעענער זשורנאַליסט צבֿיון (זײַן אמתער נאָמען איז געווען ד״ר בן־ציון האָפֿמאַן) געשריבן אַן אַרטיקל אינעם פֿאָרווערטס וועגן דעם וואָס ייִדן אין אַמעריקע ברענגען אין שטוב אַרײַן אַ יאָלקע, אַ ניטלבוים.

צבֿיון, וואָס איז געבוירן געוואָרן אין קורלאַנד אין 1874 און געשטאָרבן אין ניו־יאָרק אין 1954, האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין דער שווייץ און אויך אַ דיפּלאָם אין אינזשענעריע. ער האָט אָבער אויך געאַרבעט ווי אַ ייִדישער זשורנאַליסט. זײַנע ערשטע אַרטיקלען האָבן זיך באַוויזן אין דער העברעיִשער צײַטונג „המליץ“ אין 1895, אָבער אין 1915 איז ער געוואָרן אַ מיטאַרבעטער בײַם פֿאָרווערטס וווּ ער האָט געפֿירט די רובריק, „ייִדישע אינטערעסן“.

„די יאָלקע“, וואָס איז געדרוקט געוואָרן דעם 3טן יאַנואַר 1942, איז געווען צבֿיונס אָפּרוף אויף צוויי בריוו פֿון לייענער וואָס האָבן אויסגעדריקט אַ טיפֿע זאָרג וועגן דעם נײַעם ריטואַל בײַ אַ טייל אַמעריקאַנער ייִדן:


זיי ביידע, ווי זיי וואָלטן זיך צונויפֿגערעדט, פֿאַרזיכערן מיך, אַז אין דעם קריסטמעס־בוים ליגט די גרעסטע ייִדישע אַסימילאַציע און מע דאַרף דעריבער אָנפֿאַנגען אַ שטאַרקע אַגיטאַציע קעגן דעם קריסטמעס־בוים. ביידע בריוושרײַבער זײַנען פֿון רוסלאַנד און זיי דערמאָנען מיר אָן דער יאָלקע, וועלכע מע האָט זעלטן געקאָנט זען אין אַ ייִדישער היים. בלויז די גאַנץ אַסימילירטע ייִדן, און דאָס אויך ווײַט ניט אַלע פֿון זיי, פֿלעגן האָבן אין זייערע הײַזער אַ יאָלקע.

נו, איך געדענק די יאָלקע אין רוסלאַנד און איך געדענק אויך, אַז זי איז געווען אַ שטאַרקער צייכן פֿון ייִדישער אַסימילאַציע. אין מײַנע יונגע יאָרן אין רוסלאַנד בין איך געווען זייער שטאַרק אויפֿגעבראַכט אויף אַלע ייִדן, וואָס האָבן געשטעלט אַ יאָלקע אין זייער הויז. איך געדענק נאָך די פֿלאַם־פֿײַערדיקע אַרטיקלען, וואָס פֿלעגן זיך דרוקן אין „המליץ“ און „הצפירה“ קעגן אַזעלכע ייִדן.

אמת, אין מײַנע קינדער־יאָרן האָב איך אין גאַנצן ניט געוווּסט וועגן דער יאָלקע און וואָס פֿאַר אַ שײַכות זי האָט מיט ייִדישער אַסימילאַציע. אין דעם שטעטל, וווּ איך בין געגאַנגען אין חדר, זײַנען ניט געווען קיין ייִדן מיט יאָלקעס. איך קען מיך אַפֿילו ניט דערמאָנען, אַז די גויים האָבן דאָרטן געשטעלט יאָלקעס. איך האָב דעם אײַנדרוק, אַז בײַ די ליטווישע און לאַטווישע גויים פֿון און אַרום מײַן שטעטל איז ניט געווען פֿאַרשפּרייט דער מינהג פֿון יאָלקעס לכּבֿוד ווײַנאַכטן.

איך געדענק, אַז פֿאַר אונדז, חדר־קינדער, איז די נאַכט פֿון קריסטמעס, אָדער די נאַכט פֿון ניטל, ווי מע האָט עס בײַ אונדז גערופֿן, געווען אַ גאַנץ אָנגעלייגטער יום־טובֿ. מיר פֿלעגן ווערן פֿרײַ פֿון חדר באַלד נאָך מינחה. עס איז געווען אַן אָנגענומענער מינהג, אַז אין דער נאַכט פֿון ניטל טאָר מען ניט לערנען, ווײַל די מיצווה פֿון לערנען און די הייליקע ווערטער פֿון די הייליקע ספֿרים, וואָס מע לאָזט אַרויס פֿון מויל, קענען ווירקן, אַז „ער“, וואָס ווערט שטענדיק געפּײַניקט אין גיהנום פֿאַר זײַנע זינד, זאָל קריגן אַ שטיקל אָפּרו.

מע האָט אַפֿילו געזאָגט, אַז דאָס וואָרט „ניטל“ (נטל) איז אַ ראשי־תּיבֿות פֿון די ווערטער „ניט טאָר לערנען“. נאָר דער רבי האָט מיר געזאָגט, אַז דאָס וואָרט ווערט געשריבן ניט „ניטל“ נאָר „נתּל“, און דאָס מיינט דער געהאַנגענער. איך האָף, אַז מײַן רבי, וואָס איז איצט שוין געוויס אין גן־עדן, וועט מיר מוחל זײַן, ווען איך וועל זאָגן, אַז ער האָט נעבעך ניט געוווּסט, אַז דאָס וואָרט „ניטל“ שטאַמט פֿון דעם לאַטײַנישן וואָרט „נאַטאַליס“ (געבירטיק, פֿון געבירט) און אַז ניטלנאַכט מיינט דעריבער געבורטסנאַכט.

איך געדענק אויך, אַז ניטלנאַכט איז געווען גאַנץ פֿריילעך בײַ אונדז אין הויז. עס פֿלעגן קומען די גויים פֿון דערפֿער צו גיין אין קירך און זיי פֿלעגן ניט האָבן וווּ זיך אַהינצוטאָן אַ גרויסן טייל פֿון אָוונט, ווײַל די קירך איז געווען אַ צו קליינע. פֿלעגן זיי דעריבער קומען אין די הײַזער פֿון זייערע באַקאַנטע ייִדן. די שטימונג בײַ די גויים אין קריסטמעס־נאַכט געווען אַ פֿרײַנדלעכע צו די ייִדן. זײַנען עס דאָך געווען ייִדן, פֿון וועמען „ער“ איז געבוירן געוואָרן. אַנדערש איז געווען פּאַסכע. דעמאָלט זײַנען געווען די גויים שטאַרק אָנגעשטויסן קעגן די ייִדן. אמת, בײַ אונדז אין שטעטל האָבן די ייִדן מיט די גויים געלעבט פֿרײַנדלעך אַ גאַנץ יאָר, אָבער עס איז געווען אַן אונטערשייד. קריסטמעס־נאַכט זײַנען די גויים געווען פֿרײַנדלעכער, בעת פּאַסכע זײַנען זיי געווען, קען מען זאָגן, ברוגזלעך.

נאָר מיר דאַכט, אַז איך האָב זיך דאָ אַ היפּש ביסל צו פֿיל פֿאַררעדט און האָב אין גאַנצן פֿאַרגעסן וועגן דער יאָלקע. וווּ האַלט איך?

יאָ, איך האַלט דערבײַ, אַז אַ מאָל בין איך אויך געווען שטאַרק אין כּעס אויף דער יאָלקע און האָב אין איר געזען אַ קוואַל פֿון אַסימילאַציע פֿאַר ייִדן. אָבער ווען איך בין אַוועקגעפֿאָרן פֿון רוסלאַנד, האָט זיך מײַן כּעס קעגן איר אָנגעפֿאַנגען אָפּקילן. איך בין נעמלעך געקומען צו דער איבערצײַגונג, אַז ווייניקער ווי אַלץ וועט די יאָלקע פֿירן די ייִדן צו אַסימילאַציע. מײַן כּעס אויף דער יאָלקע איז אַזוי גוט ווי אין גאַנצן פֿאַרשוווּנדן, ווען איך בין געקומען אין אַמעריקע און האָב געזען, אַז דער קריסטמעס־בוים טראָגט דאָ אין גאַנצן ניט קיין רעליגיעזן כאַראַקטער און אַז די ייִדן דאָ שעפּן פֿון קריסטמעס־בוים אַ סך מער פּרנסה, ווי קריסטלעכע באַגײַסטערונג. אין דער ווירקלעכקייט האָבן די ייִדן אין אַמעריקע מער אַסימילירט דעם קריסטמעס־בוים, ווי ער האָט זיי אַסימילירט.

נאָר ווער עס וויל ניט אײַנשטימען מיט מיר, וועל איך זיך מיט אים ניט קריגן. עס זײַנען פֿאַראַן וויכטיקערע פֿראַגן וועגן וועלכע מע קען זיך קריגן.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.