אָנלײַן־רעפֿעראַט אויף ייִדיש: שפּראַך־ענדערונג בײַ חסידים און ייִדישיסטןOnline lecture in Yiddish: Language change among Hasidim and Yiddishists
אײַזיק בלימאַן וועט פֿאַרגלײַכן דעם צוגאַנג פֿון די צוויי גרעסטע גרופּעס ייִדיש־רעדער צום ענין, „אויטענטיש ייִדיש“.

Graphic by Angelie Zaslavsky
זינט אויגוסט פֿירט דער פּראָיעקט געווידמעט דעם מאָדערנעם חסידישן ייִדיש בײַם „לאָנדאָנער אוניווערסיטעט־קאַלעדזש“ אָן מיט אַ סעריע רעפֿעראַטן, אין וועלכער עקספּערטן באַשרײַבן זייערע פֿאָרשונגען.
די סעריע, געשאַפֿן אין אָנדענק פֿון ד׳׳ר עדה ראַפּאַפּאָרט־אַדלער, וואָס האָט יאָרן לאַנג געפֿאָרשט די חסידישע געשיכטע בײַם „לאָנדאָנער אוניווערסיטעט־קאַלעדזש“, נעמט אַרײַן רעפֿעראַטן אויף ייִדיש און ענגליש פֿון פּראָפֿעסאָרן אין אַמעריקע, ישׂראל, ענגלאַנד, פּוילן און דענמאַרק.
דינסטיק, דעם 12טן יאַנואַר, 1:00 ניו־יאָרקער צײַט, וועט אײַזיק בלימאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק בײַם קאַליפֿאָרניער אוניוועסיטעט אין בערקלי, האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן זײַן פֿאָרשפּראָיעקט, אין וועלכן ער האָט אינטערוויויִרט 20 ניו־יאָרקער ייִדישיסטן און 20 ניו־יאָרקער חסידים וועגן זייערע געפֿילן לגבי ייִדיש. ער האָט אַנטדעקט גרויסע אונטערשיידן אין דעם אופֿן, ווי אַזוי די צוויי גרופּעס באַציִען זיך צו די ענדערונגען פֿון דער ייִדישער שפּראַך, און וואָס עס מיינט, צו רעדן ייִדיש אויף אַן אויטענטישן אופֿן. בלימאַן וועט אויך דערקלערן ווי אַזוי די צוגאַנגען פֿון די צוויי גרופּעס ווירקן אויף דער גראַמאַטיק פֿון זייער לשון.
די פּראָגראַם וועט טראַנסמיטירט ווערן דורך „זום“ און איז בחינם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן צו זען די פּראָגראַם, גיט אַ קוועטש דאָ.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
