Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

„אוי, אוי, אוי! דער לערער איז אַ גוי!‟“Oy, Oy, Oy! The teacher is a goy!”

אַ נײַ בוך שילדערט די איבערלעבונגען פֿון אַ יונגן ענגליש־לערער אין אַ סאַטמערער ישיבֿה אין די 1950ער יאָרן.

Oy! Oy! Oy!: The Teacher Is a Goy
Henry Saltzman
Wicked Son/Post Hill Press, $29.95, 250 pp

הענרי (צבֿי הירש) זאַלצמאַנס אױטאָביאָגראַפֿישער ראָמאַן „אוי! אוי! אוי! אונדזער לערער איז אַ גױ‟ דערצײלט װעגן דעם מחברס דערפֿאַרונג װי אַ לערער אין אַ סאַטמערער ישיבֿה אין װיליאַמסבורג אָנהײב 1950ער יאָרן.

דעמאָלט איז די חסידישע באַפֿעלקערונג אין אַמעריקע נאָך געװען אַ קלײנע און האָט ערשט געהאַט אָנגעהױבן זיך אײַנװאָרצלען אין דער נײַער הײם. די ישיבֿה איז געװען קלײן און אָרעם אָבער זײער װיכטיק פֿאַרן המשך פֿון דער קהילה. דאָס איז געװען זײער ערשטע אינסטיטוציע, װאָס האָט זיך גענײטיקט אין אַן אָפֿיציעלן הכשר מצד דער אַמעריקאַנער מלוכה. צוליב דעם האָט מען געדאַרפֿט האָבן אַן אַמעריקאַנער לערער מיט אַ ליצענץ פֿאַר אַלע ניט־ייִדישע לימודים: ענגליש, מאַטעמאַטיק, נאַטור־װיסנשאַפֿט וכּדומה.

זאַלצמאַן האָט דעמאָלט אָקערשט געהאַט געענדיקט דעם ברוקלין־קאָלעדזש און האָט געזוכט אַרבעט. ער האָט געשטרעבט צו אַרבעטן אין אַ געראָטענער אַמעריקאַנער מיטלשול מיט תּלמידים וואָס ווילן זיך לערנען בײַ אים, אָבער אַנשטאָט דעם האָט מען אים פֿאָרגעלײגט אַ שטעלע אין דער ישיבֿה. דאָס ערשטע באַגעגעניש מיט דעם קלאַס איז געװען ממש אַ קולטורשאָק סײַ פֿאַר אים און סײַ פֿאַר זײַנע תּלמידים. זאַלצמאַן איז אױפֿגעװאַקסן בײַ אַ ייִדישער משפּחה און האָט גוט פֿאַרשטאַנען ייִדיש, אָבער זײַן ציל אין לעבן איז געװען מצליח צו זײַן אין אַמעריקע. בײַ די ישיבֿה־ייִנגלעך, װאָס זײַנען געװען אַרום צען יאָר אַלט, איז ער געװען אַ מענטש פֿון דער גױישער װעלט, אַ סכּנה פֿאַר זײער ייִדישקײט. דער דירעקטאָר פֿון דער ישיבֿה האָט אים אױפֿריכטיק געזאָגט, אַז „קײנער נײטיקט זיך דאָ ניט‟ אין זײַנע לימודים. מען האַלט אים בלױז צוליב דער אַקרעדיטאַציע בײַם דערציִונג־אָפּטײל פֿון דער שטאָט ניו־יאָרק.

הײַנט איז די סאַטמערער קהילה אײנע פֿון די גרעסטע און רײַכסטע בײַ אַלע חסידישע קהילות אין אַמעריקע און פֿאַרמאָגט אַן אַנטװיקלטע נעץ ישיבֿות. דעמאָלט איז זײער צוקונפֿט אָבער װײַט ניט געװען קלאָר. זאַלצמאַנס פּעדאַגאָגישע כּװנה איז געװען צו באַקענען די קינדער מיט דער גרױסע אַרומיקער װעלט, בעת דער ציל פֿון דער ישיבֿה איז געװען פּונקט דער היפּוך. זאַלצמאַנס מכשיר איז געװען די ענגלישע שפּראַך. אָבער אײניקע קינדער האָבן קױם געקענט ענגליש, און דערפֿאַר האָט דער לערער פֿון ענגליש געדאַרפֿט נוצן זײַן געבראָכענעם ייִדיש. פֿאַר אַ שפּראַך־פֿאָרשער איז דאָס דאָזיקע בוך אַ רײַכער מקור פֿון ענגליש-ייִדישער צװײשפּראַכיקײט אין אַמעריקע אין די 1950ער יאָרן, װען אַ נײַע כװאַליע ייִדישע פּליטים זײַנען אָנגעקומען פֿון אײראָפּע נאָכן חורבן. ניט װײניקער אינטערעסאַנט איז דאָס בוך װי אַ פּעדאַגאָגישער עקספּערימענט.

לכתּחילה איז דער יונגער לערער געווען אַן אָפּטימיסטישער אידעאַליסט: „איך בין קודם־כּל אַן אַמעריקאַנער. איכ’ל פּרוּװּן צו עפֿענען די װעלט פֿאַר די דאָזיקע קינדער. איכ’ל זײ העלפֿן פֿאַרשטײן, װי עס טראַכטן אַנדערע מענטשן און אין װאָס זײ גלױבן.‟ אין תּוך גענומען איז דאָס אַן אומזיסטע טירחה, װײַל דער ציל פֿון דער ישיבֿה איז צו בױען אַ פֿעסטע מחיצה צװישן דעם נײַעם דור חסידים און דער אַמעריקאַנער סבֿיבֿה אַרום זיי. די דאָזיקע סתּירה איז די ספּרוזשינע, װאָס טרײַבט דעם סיפּור־המעשׂה. װאָס מער מצליח דער לערער איז געווען, אַלץ מער געפֿערלעך איז ער געוואָרן אין די אויגן פֿון די פֿרומע עלטערן.

זאַלצמאַן עפֿנט די װעלט פֿאַר די ישיבֿה־ייִנגלעך מיט דער הילף פֿון צװײ ניו־יאָרקער צײַטונגען, „דײלי ניוס‟ און „ניו־יאָרק טײַמס‟. זײ לײענען די קעפּלעך פֿון די טעגלעכע נײַעס מיט דער הילף פֿונעם גרױסן „װעבסטער‟־װערטערבוך, װאָס דערקלערט דעם טײַטש פֿון יעדן ענגלישן װאָרט. עס גײט גוט, װײַל די תּלמידים זײַנען שאַרפֿזיניק און שױן באַהאַװנט אין דער קונסט פֿון מאַכן חקירות. זײ זײַנען גיריק צו װיסן מער װעגן דער װעלט, אָבער צומאָל שטױסן זײ זיך אָן אױף האַרבע קשיות, װאָס זײ קענען ניט לײזן. אין דעם לערנבוך פֿון נאַטור־װיסנשאַפֿט שטײט, למשל, אַז די ערד איז עטלעכע מיליאָנען יאָר אַלט. די אױפֿגעבראַכטע קינדער פּראָטעסטירן: „אַפּיקורסות! ליגן! ליגן! ליגן!‟ דער לערער פּרוּװט אױסצוניצן די דאָזיקע געלעגנהײט כּדי צו דערקלערן, אַז מען דאַרף זײַן טאָלעראַנט צו פֿאַרשײדענע דעות, אַפֿילו װען מען איז מיט זײ ניט מסכּים, אָבער אַזאַ מין צוגאַנג איז קעגן דעם עיקר־פּרינציפּ פֿון דער ישיבֿה־פּעדאַגאָגיק.

די מחיצה, װאָס די ישיבֿה בױט צװישן די תּלמידים און זײער אַמעריקאַנער אַרום, באַשירעמט די קינדער קעגן דעם הײַנטיקן עולם־הזה מיט זײַנע װעלטלעכע אידעען און װיסנשאַפֿטלעכע פֿאַקטן, אָבער זי לאָזט דורך ענגלישע װערטער. די ענגלישע שפּראַך װערט די אײנציקע פֿאַרבינדונג צװישן דעם חסידישן שטעטל װיליאַמסבורג און דעם רעשט פֿון אַמעריקע. דעם לערערס גרעסטע הצלחה איז אַ צײַטונג=פּראָיעקט. יעדער תּלמיד גיט עפּעס צו צו דער אײגענער צײַטונג, און זײ זײַנען אַלע שטאָלץ מיט זײער אױפֿטו. אָבער דער פּעדאַגאָגישער דערפֿאָלג װערט אַ מפּלה פֿאַרן לערער, װײַל די עלטערן װערן אױף אים אין כּעס און פֿאָדערן, מען זאָל אים באַזײַטיקן פֿון דער ישיבֿה. צום סוף פֿונעם שוליאָר קריגט זאַלצמאַן אַ גוטע שטעלע װי אַ לערער פֿון ענגליש אין אַ ברוקלינער „הײַ־סקול‟ פֿאַר ייִנגלעך — און די ישיבֿה בלײַבט דאָס, װאָס זי איז געװען. די צװײ װעלטן צעגײען זיך און מער װעלן זײ זיך ניט טרעפֿן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.