נעמען פֿון די בני־ישׂראל ווען זיי זענען געווען שקלאַפֿן אין מצריםNames of the Children of Israel when they were slaves in Egypt
דער נאָמען „שפּ־ראַ‟ – דהײַנו, אַ וואַריאַנט פֿון שיפֿרה — געפֿינט זיך אין אַ פּאַפּירוס, וואָס ליגט הײַנט אינעם ברוקלינער מוזיי.
די הײַנטיקע פּרשה, „שמות‟, הייבט זיך אָן מיט דער רשימה פֿון יעקבֿס זין. דערנאָך גייט די תּורה אַריבער צו דעם שפּעטערדיקן פּעריאָד, ווען ייִדן זענען געוואָרן שקלאַפֿן און פּרעה האָט גוזר געווען די הייבאַמען אומצוברענגען אַלע נײַ־געבוירענע ייִדישע ייִנגלעך און לאָזן לעבן בלויז מיידלעך. צוויי הייבאַמען, שיפֿרה און פּועה, האָבן אָבער נישט געפֿאָלגט דעם באַפֿעל; אַזוי איז משה רבינו געבליבן לעבן.
ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז אַ ריי דערמאָנטע נעמען טרעפֿן זיך צווישן די כּנענישע שקלאַפֿן אין מצרים נאָך איידער יעקבֿס ברידער האָבן זיך דאָרטן באַזעצט. דער באַקאַנטער אַמעריקאַנער אַרכעאָלאָג וויליאַם אָלברײַט (1891־1971) האָט אינעם יאָר 1954 פֿאַרעפֿנטלעכט אַן אַרטיקל וועגן דעם, וואָס בלײַבט אַקטועל און באַלערנדיק. אָלברײַט פֿאָקוסירט זיך אויפֿן פּעריאָד פֿון בערך 3,800 יאָר צוריק. דער נאָמען „שפּ־ראַ‟ – דהײַנו, אַ וואַריאַנט פֿון שיפֿרה מיט אַ ביסל אַנדער הבֿרה — געפֿינט זיך אין אַ פּאַפּירוס, וואָס ליגט אינעם ברוקלינער מוזיי. דער נאָמען מיינט „אַ שיינע‟. אַן אַנדער שקלאַפֿין האָט געהייסן אַשרה — ווײַזט אויס, אַ ווײַבלעכער וואַריאַנט פֿונעם נאָמען אָשר, פֿאַרבונדן מיטן ענין פֿון מזל, גליק.
אין יענער תּקופֿה איז אויך געווען בנימצא צווישן די כּנענישע קנעכט אין מצרים אַ ווײַבלעכע פֿאָרעם פֿון ישׂשכר. לויט אָלברײַטן, פֿלעגט מען דעם־אָ נאָמען אויסרעדן ווי „סאַקראַטו‟ אָדער „סוקראַטו‟. אַ וואַריאַנט פֿון פּועה טרעפֿט זיך אין אוראַלטע אוגאַריטישע דאָקומענטן; מיינען מיינט עס פּשוט „אַ מיידל‟.
די נעמען משה, אַהרן און מרים שטאַמען אָבער אַלע דרײַ פֿון מיצריש. משה איז דער טײַטש „געבוירן‟; אַהרן, לויט איין פֿאַרשפּרייטער עטימאָלאָגיע מיינט „אַ לייב אַ גיבור‟, און מרים — „באַליבטע‟. ס׳איז אינטערעסאַנט, אַז די לאָגיק פֿון נעמען־שאַפֿונג איז במשך פֿון טויזנטער יאָרן געבליבן טייל מאָל די זעלבע; אַנשטאָט אַלט־מיצרישע און כּנענישע ווערטער האָבן מיר גערמאַניש־שטאַמיקע: שיינע, ליבע, לייב און גליקל.
אַזוי צי אַנדערש, ווײַזן די אַרכעאָלאָגישע פֿאָרשונגען, אַז אַפֿילו די סאַמע קלאַסישע ייִדישע נעמען אינעם חומש זענען נישט אַלע מאָל ספּעציפֿיש ייִדישע. אַ טייל זענען געווען פֿאַרשפּרייט בײַ די כּנענישע שבֿטים נאָך אין אַבֿרהם־אָבֿינוס צײַטן; אַ טייל שטאַמען פֿון אַלט־מיצריש. אַ באַזונדערס גרויסע קאָנצענטראַציע פֿון מיצריש־שטאַמיקע נעמען אין דער תּורה איז צווישן די לוויים. ווי באַקאַנט, זענען זיי אין מצרים נישט געווען פֿאַרשקלאַפֿט, געפֿירט אַ פֿרײַערן שטייגער לעבן און, ווי עס זעט אויס, גאַנץ אָפֿט אויסגעקליבן אָרטיקע נעמען.
אויפֿן ערשטן בליק, קומט עס אין סתּירה מיטן באַרימטן מאמר־חז״ל, אַז ייִדן זענען געראַטעוועט געוואָרן פֿון מצרים צוליב דעם, וואָס זיי האָבן נישט געביטן זייער שפּראַך און נעמען. דער מונקאַטשער רבי חיים־אלעזר שפּיראָ פֿאַרענטפֿערט די דאָזיקע קשיא זייער פּשוט: אין מצרים האָבן ייִדן גערעדט אויף אַ מין ייִדיש, אַ ייִדיש־מיצרישן דיאַלעקט. אויב מע האָט געבאָרגט אָרטיקע נעמען, זענען זיי פֿאַרייִדישלעכט געוואָרן.
פֿאַרגלײַכט דרײַ נעמען: גאָלדע, זלאַטע און זהבֿה. דער ערשטער איז אַ גערמאַניש־שטאַמיקער, דער צווייטער שטאַמט פֿון סלאַוויש, און דער דריטער, לכאורה, פֿון לשון־קודש; אַלע זענען פֿאַרבונדן מיט גאָלד. די ערשטע צוויי זענען גאַנץ טראַדיציאָנעלע, אָבער דער דריטער איז אַ הײַנטצײַטיקע קינסטלעכע קאָנסטרוקציע אויפֿן סמך פֿון גאָלדע און זלאַטע. די אַלטע מינהגי־ישׂראל באַשטימען, וואָס ס׳איז טראַדיציאָנעל און וואָס נישט; דער לינגוויסטישער אָפּשטאַם מאַכט נישט אויס.
רײַכע, באַלערנדיקע רשימות פֿון אַלטע ייִדישע נעמען געפֿינען זיך אין ספֿרים, וואָס האָבן צו טאָן מיט הלכות־גיטין. ווען מע שרײַבט אַ גט, מוז מען פֿאַרשרײַבן די נעמען פֿונעם מאַן און ווײַב גענוי, לויט דעם אָנגענומענעם אויסלייג. אין די סטאַנדאַרטע אויסגאַבעס פֿונעם שולחן־ערוך איז אײַנגעשלאָסן די נעמען־ליסטע פֿונעם באַקאַנטן קאָמענטאַטאָר „בית שמואל‟.
דער מחבר, הרבֿ שמואל בן אורי־שרגא־פֿײַוויש, איז געבוירן געוואָרן אין פּוילן, אין דער צווייטער העלפֿט פֿונעם 17טן יאָרהונדערט, און געדינט ווי אַ רבֿ אין פֿירט, דײַטשלאַנד. הגם ער שטעלט דעם טראָפּ אויף אַשכּנזישע נעמען, פּרוּווט ער צו דערמאָנען וואָס מער ספֿרדישע (אויסגעלייגט דאָ לויטן ייִוואָ־נוסח): איסמעראַלדאַ, אירינעיאַ, סולטאַנאַ, אַמינאַ, אַמאַראַ, עספּעראַנסאַ, אַרגענטי, כאַליפֿאַ, באָנפֿעט, סאַלאַם, סאַיִד… אײַ, זיי שטאַמען דאָך פֿון שפּאַניש, אַראַביש, פֿראַנצויזיש, גריכיש? דער עצם־פֿאַקט, אַז אין פֿאַרשיידענע ייִדישע עדות זענען אַזעלכע נעמען באַקאַנט, מאַכט זיי כּשר און ייִדישלעך!
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor