ווידעאָ: וואָס געשעט ווען אַ ייִד פֿאַרליבט זיך אין זײַן שכנטעWATCH: What happens when a man falls in love with his neighbor
שׂימחה פֿאָסטעל זינגט זײַן הומאָריסטיש ליד „פּאַיע“, אין אַ רעקאָרדירונג פֿון 1930.

Image by Getty Images
לעצטנס איז אַרויס אויף יוטוב אַ ווייניק באַקאַנטע רעקאָרדירונג, אין וועלכער דער ייִדישער אַקטיאָר שׂימחה פֿאָסטעל זינגט זײַן הומאָריסטיש ליד „פּאַיע“, וואָס שילדערט די צרות וואָס טרעפֿן אַ ייִד, ווען ער פֿאַרליבט זיך אין זײַן שכנטע.
במשך פֿון די יאָרן האָבן עטלעכע ייִדן פֿון דער שארית־הפּליטה מיר דערקלערט, אַז פֿאַר דער מלחמה זענען אין אייראָפּע בכלל ניט געווען קיין פּלאַטעס מיט גראָבע ייִדישע לידער, און אַז נאָר אין אַמעריקע האָט מען זיי אַרויסגעלאָזט. קען זײַן אַז אַזעלכע פּלאַטעס האָבן זיך ניט אַזוי ברייט פֿאַרשפּרייט, אָדער אַז די ייִדן מיט וועמען איך האָב גערעדט זענען פּשוט דעמאָלט געווען צו יונג זיך צו דערוויסן וועגן אַזאַ סחורה. ווי עס טרעפֿט, אָבער, קען מען אויף יוטוב געפֿינען ניט ווייניק רעקאָרדירונגען אַזעלכע פֿון אייראָפּע. ס׳רובֿ, ווי פֿאָסטעלס „פּאַיע“, גיבן אָנצוהערן וועגן וואָס מע רעדט אָבער זענען אין דער אמתן ניט אַזוי פּראָסט. אַנדערע, אָבער, זענען באמת אַזוי ניבול־פּהיִק, אַז ווען זיי וואָלטן געווען אויף ענגליש, וואָלט מען זיי ניט געקענט שפּילן אויפֿן ראַדיאָ.
דאָס ליד ”פּאַיע“ האָט אַן אַנדער כאַראַקטער ווי די לידער, מיט וועלכע שׂימחה פֿאָסטעל איז הײַנט באַקאַנט. מע געדענקט אים געוויינטלעך ווי אַריה אינעם פֿילם ”ייִדל מיטן פֿידל“, דעם טאַטן פֿון איטקע (מאָלי פּיקאָן), וואָס פֿאַרשטעלט זיך ווי אַ בחור מיטן נאָמען „ייִדל“. פֿאָסטעל האָט אויך געשפּילט אין די פֿילמען „מאַמעלע“, „דער דיבוק“ און „אַ בריוועלע דער מאַמען“.
פֿאָסטעל איז לאַנגע יאָרן אויפֿגעטראָטן אויף דער בינע איידער ער איז געוואָרן אַ פֿילם־שטערן. ער האָט געשפּילט אין אַ סך שטעט אין פּוילן און ליטע, ווי אויך אין לאָנדאָן, ווין, קייפּטאַון (דרום־אַפֿריקע), מאַריענבאַד (טשעכיע), פּאַריז און אַנטווערפּן. פֿון 1940 ביז 1943 איז ער געווען אַקטיוו אין פֿאַרשידענע טעאַטער־טרופּעס אין וואַרשעווער געטאָ. דעם דריטן נאָוועמבער, 1943, איז ער פֿאַרשיקט געוואָרן קיין מײַדאַנעק און דאָרטן אומגעקומען.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
