Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַ נײַ בוך אַנאַליזירט די געשיכטע פֿון ייִדיש אין ישׂראלA new book explores the history of Yiddish in Israel

לויט רחל ראָזשאַנסקין זענען די הויפּטהעלדן פֿון ייִדיש אין ישׂראל נאָך 1948 געווען די שרײַבער מרדכי צאַנין און אַבֿרהם סוצקעװער.

Yiddish in Israel: A History
Rachel Rojanski
Indiana University Press, $40, 338 pp

די באַציִונגען צװישן ייִדיש און מדינת־ישׂראל זײַנען ניט געװען קײן פּשוטע. פֿון אײן זײַט, איז דער ציל פֿון דעם ציוניסטישן פּראָיעקט געװען פּטור צו װערן פֿון דעם „יאָך פֿונעם גלות‟ בכּלל און פֿון ייִדיש בפֿרט, און אױפֿצובױען אַ שפּאָגל־נײַע העברעיִשע קולטור. פֿון דער אַנדערער זײַט, איז ייִדיש געװען אַ מאַמע־לשון פֿון מיליאָנען ייִדן אין ישׂראל און חוץ־לאָרץ, און מען האָט געדאַרפֿט זיך רעכענען מיטן דאָזיקן פֿאַקט. די דאָזיקע סתּירה צװישן דעם חלום און דער װירקלעכקײט װערט געפֿאָרשט אינעם נײַעם בוך פֿון פּראָפֿעסאָר רחל ראָזשאַנסקי, „ייִדיש אין ישׂראל: אַ געשיכטע‟.

לכתּחילה דערקלערט ראָזשאַנסקי די יורידישע יסודות פֿון דער מלוכישער פּאָליטיק לגבי ייִדיש. זי דערװײַזט, אַז עס זײַנען ניט געװען קײן געזעצן װאָס זאָלן ספּעציעל דיסקרימינירן קעגן ייִדיש. די דאָזיקע פּראַקטיק איז געװען אַ פּועל־יוצא פֿון דער אַלגעמײנער קולטורעלער „העגעמאָניע‟ פֿון העברעיִש אין דער יונגער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. װען אײניקע מלוכישע אַנשטאַלטן האָבן געפּרוּװט צו פֿאַרװערן ייִדישע אַקטיװיטעטן, װי למשל, די אױפֿפֿירונגען פֿונעם ייִדישן טעאַטער אין תּל־אָבֿיבֿ און יפֿו ביז 1951, האָט דאָס העכסטע געריכט געפּסקנט, אַז דער דאָזיקער פֿאַרבאָט איז געװען ניט לעגאַל און האָט אים אָפּגעוואָרפֿן.

עס איז אמת, אַז אײניקע פּאָליטישע אָנפֿירער, װי למשל דוד בן־גוריון און גאָלדע מאיר, האָבן זיך צו מאָל שאַרף אַרױסגעזאָגט קעגן ייִדיש װי אַ „פֿרעמדע שפּראַך‟ װאָס האָט ניט קײן אָרט אין ישׂראל. אָבער דער װידערשטאַנד קעגן אַזאַ מין שטימונג איז געװען גאַנץ שטאַרק. אַ װיכטיקע ראָלע האָבן דערבײַ געשפּילט די ייִדיש־ליטעראַטן. די הױפּטהעלדן פֿון ראָזשאַנסקיס געשיכטע זײַנען צװײ רעדאַקטאָרן, דער שרײַבער און זשורנאַליסט מרדכי צאַנין (1906 – 2009) און דער דיכטער אַבֿרהם סוצקעװער (1913 – 2010). זײער אױפֿטו איז געװען צו שאַפֿן און אונטערהאַלטן די צװײ װיכטיקסטע פּעריאָדישע פּובליקאַציעס אױף ייִדיש, די צײַטונג „לעצטע נײַעס‟ און דעם זשורנאַל „די גאָלדענע קײט‟.

דאָס זײַנען געװען גאַנץ פֿאַרשײדענע פּובליקאַציעס. צאַנינס צײַטונג איז געװאָרן אַ װיכטיקער דעה־זאָגער אין די ישׂראלדיקע פּאָליטישע און געזעלשאַפֿטלעכע ענינים. אין די 1950ער איז די „לעצטע נײַעס‟ געװען קריטיש לגבי דער רעגירנדיקער לינקער ציוניסטישער מפּא״י־פּאַרטײ. דאָס האָט דערװיזן, אַז דער ייִדיש־רעדנדיקער עולם איז טאַקע אַ װאָגיקער פּאָליטישער כּוח. עס איז איראָניש, אָבער אױך לאָגיש, אַז אין 1960 האָט מפּא״י אָפּגעקױפֿט די „לעצטע נײַעס״ בײַ צאַנינען. ער איז פֿאַרבליבן דער הױפּט־רעדאַקטאָר אָבער די פּאָליטישע ליניע פֿון דער צײַטונג האָט זיך געענדערט. דאָס האָט אַרױסגערופֿן קריטיק מצד דער בונדיסטישער צײַטשריפֿט „לעבנס־פֿראַגן‟.

„די גאָלדענע קײט‟ איז פֿון סאַמע אָנהײב אָן געװען אַ קולטור־פּאָליטישער פּראָיעקט, דערקלערט ראָזשאַנסקי. אין משך פֿון אַלע יאָרן, פֿון 1948 ביז 1996, האָט דער זשורנאַל באַקומען שטיצע פֿון הסתדרות, אײנער פֿון די מעכטיקסטע אינסטיטוציעס אין ישׂראל. דער ציל פֿונעם דאָזיקן פּראָיעקט איז געװען צו מאַכן ישׂראל פֿאַרן צענטער פֿון דער אַלװעלטלעכער ייִדישער קולטור. די צענטראַלע ראָלע האָט דערבײַ געשפּילט סוצקעװער. ער איז געקומען קײן ישׂראל װי אַ באַרימטער פּאָעט און אַ העלד פֿונעם װילנער געטאָ. די יונגע מדינת־ישׂראל האָט זיך גענײטיקט אין אַזאַ מין פֿיגור, װאָס זאָל איר צוגעבן מער קולטורעלן פּרעסטיזש אין דער ייִדישער װעלט. מיט דער צײַט איז דאָס געװאָרן דער אַלװעלטלעכער פֿאָרום פֿאַר דער ייִדישער ליטעראַטור און האָט פּראָמאָװירט ייִדיש אין ישׂראל. דאָס איז ניט געװען צום האַרצן די רעכטע ציוניסטן, אָבער האָט גוט צוגעפּאַסט צו דער פּאָליטישער ליניע פֿון דער רעגירונג.

די געשיכטע פֿון דער ייִדישער פּרעסע אין ישׂראל אַנטפּלעקט די אינערלעכע סתּירה אין דער באַציִונג לגבי ייִדיש בײַ די פּאָליטישע פֿירער. פֿון אײן זײַט האָט מען באַטראַכט ייִדיש מיט ביטול, װי אַן איבערבלײַב פֿון גלות, װאָס האָט ניט קײן צוקונפֿט אין דער ייִדישער מדינה. פֿון דער אַנדערער זײַט האָט ישׂראל געשטרעבט צו װערן דער גלאָבאַלער ייִדישער קולטור־צענטער, װאָס איז אָנערקענט אױך אין דער אַלװעלטלעכער ייִדיש־רעדנדיקער סבֿיבֿה. די דאָזיקע סתּירה האָט זיך בולט אַרױסגעװיזן אין דער באַציִונג צו דעם ייִדישן טעאַטער. בעת דער הײמישער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל האָט געליטן פֿון כּלערלײ גזירות, האָט מען מיט אַ סך כּבֿוד מקבל־פּנים געװען די „שטערן‟ פֿון אױסלאַנד: יוסף בולאָף, מאָריס שװאַרץ, זיגמונד טורקאָװ און אידע קאַמינסקאַ. ביז די 1980ער יאָרן האָט דער ייִדישער טעאַטער אין ישׂראל ניט געהאַט אַזאַ מין שטאַרקע פֿיגור װי סוצקעװער אָדער צאַנין. דערפֿאַר האָט ער זיך ניט פֿעסט אױפֿגעשטעלט אױף די פֿיס אין די ערשטע יאָרן נאָכן אױפֿקום פֿון דער מדינה, װען ייִדיש איז נאָך געװען אַ גערעדטע שפּראַך פֿון אַ סך עולים. חוץ דעם, ערשט אין 1987 איז אין תּל־אָבֿיבֿ געשאַפֿן געװאָרן אַ פּראָפֿעסיאָנעלער ייִדישער טעאַטער. דאָס איז געװען דער אױפֿטו פֿונעם העברעיִשן אַקטיאָר שמואל עצמון, װאָס ער ציל איז געװען אָפּצוהיטן די ירושה פֿונעם שטעטלדיקן עבֿר.

די באַציִונג צו ייִדיש האָט זיך בהדרגה געענדערט אין די 1960ער יאָרן. מען האָט מער ניט באַטראַכט ייִדיש װי אַ סכּנה פֿאַר העברעיִש. ייִדיש האָט באַקומען אַ זיסן נאָסטאַלגישן טעם װי אַ זאַפֿטיקע און הײמישע פֿאָלקסשפּראַך. דער ערשטער בולטער סימן פֿון דעם דאָזיקן קער איז געװען דער דערפֿאָלג פֿון דער מוזיקאַלישער אױפֿפֿירונג פֿון איציק מאַנגערס „מגילה־לידער‟ אינעם מאָדישן העברעיִשן טעאַטער „חמם‟ אין יפֿו. אַפֿילו יענע העברעיִשע קריטיקער, װאָס האָבן ניט פֿאַרשטאַנען ייִדיש, האָבן געלױבט דעם דאָזיקן שפּיל. איצט „האָט מען װאַרעם אױפֿגענומען מאַנגערן אין אַלע שיכטן פֿון דער געזעלשאַפֿט‟ װי אַ מין הײמישן פֿאָלקסדיכטער פֿון דער אַלטער װעלט, שרײַבט ראָזשאַנסקי. די „מגילה־לידער‟ איז געװען אַזוי ווי אַ ישׂראלדיקער אָפּרוף אױפֿן אַמעריקאַנער „פֿידלער אױפֿן דאַך‟.

אין די 1970ער זײַנען קײן ישׂראל אָנגעקומען ייִדישע שרײַבער פֿון סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. פֿאַר זײער שטיצע האָט די מלוכה געשאַפֿן נײַע פּובליקאַציעס, „בײַ זיך‟ און „ירושלימער אַלמאַנאַך‟, אָבער זײ האָבן ניט באַקומען קײן היפּשן עפֿנטלעכן רעזאָנאַנס. נאָך דער מפּלה פֿון די לינקע אױף די װאַלן אין 1979 און מיטן אָנקומען פֿון „ליכּוד‟ האָט זיך געענדערט די קולטורעלע פּאָליטיק פֿון דער רעגירונג. די סאָציאַלע באַזע פֿאַר „ליכּוד‟ זײַנען געװען ייִדן פֿון צפֿון־אַפֿריקע און מיטל־מיזרח, און אַנשטאָט דער אידעאָלאָגיע פֿון אַ „שמעלצטאָפּ‟ האָט די רעגירונג פּראָמאָװירט די קאָנצעפּציע פֿון מולטי־קולטורעלקײט. ייִדיש האָט באַקומען אין דעם נײַעם אידעאָלאָגישן גערעם אַן אײגענעם װינקל װי אַ ירושה־קולטור פֿונעם אַשכּנזישן שטעטל. אַזױ אַרום, פֿאַרסך־הכּלט ראָזשאַנסקי, כּל־זמן ייִדיש איז נאָך געװען שטאַרק אין ישׂראל אין די 1950, האָט די רעגירונג געקעמפֿט קעגן אים. װען די סכּנה פֿאַר העברעיִש איז פֿאַרבײַ, האָט מען אַרײַנגענומען ייִדיש װי אַ טײל פֿון דער ישׂראלדיקערקולטורעלער ירושה.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.