Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אָט דאָס הייסט חסידיש געהאַנדלט!I haven’t lost my touch for Hasidic haggling!

בעת זיי דינגען זיך וויפֿל ראַפֿל־בילעטן צו קויפֿן, באַקומען אַ טאַטע און טאָכטער דרך־ארץ איינער פֿאַרן אַנדערן.

איך קום אהיים פאר א באזוך צו מיינע עלטערן אין שטוב מוצאי שבת. מען האלט אין מיטן פראווען א מלווה מלכה. איך האב פארלאזט די וועגן פון מיינע עלטערן ארום 9 יאר צוריק. מיינע קליינע ברידער זענען שוין גרויסע בחורים. מיין יינגסטער ברודער קומט צו צו מיר און פרעגט מיר אויב איך וויל קויפן א בילעט (טיקעט) פֿאַרן „ראַפֿל“ לטובות זיין ישיבה. ער זאגט איין בילעט איז 10 דאלער, 4 איז 30, און פאר 50 דאלער קענסטו באקומען 10 בילעטן.

וואס געווינט מען? פרעג איך אים.

20,000 דאלער, זאגט ער.

זאג איך אים: הער זיך צו, איך בין נישט רייך, איך קען דיר געבן 10 דאלער פאר איין ראפל. ער הייבט זיך אן טענה’ן מיט מיר: אפשר דאך קויפסטו 4 פאר 30 דאלער.

מיין טאטע איז געזעסן ביים טיש און איך רוף מיך אן: ווייסטו וואס? אפשר מאך איך א געשעפט מיט טאטי. טאטי וועט געבן 30, איך 20 און צוזאמען וועלן מיר האבן 10 בילעטן.

אבער וויאזוי וועט מען צעטיילן די 20,000 דאלער אויב איינער געווינט? פרעגט דער טאטע. זאג איך, איך שרייב מיין נאמען אויף פיר צעטלעך, דו אויף 6, און וועמענס נאמען עס קומט ארויס באקומט די געלט. זאגט ער: ניין, איך דארף באקומען פראצענט אויב דו געווינסט.

האב איך געזאגט: אלרייט, נו, איך בין מסכים. ווער עס לייגט אריין געלט אין די 10 בילעטן געווינט עפעס. מיין שוועסטער וואס האט חתונה אין א פאר וואכן האט געזאגט אז זי גיט 10 דאלער; איך האב מסכים געווען צו געבן 20, און מיין טאטע 20. מיין שוועסטער באקומט 2 בילעטן, מיין טאטע באקומט 4 און איך אויכעט פיר. צוזאמען אין צאל איז עס 10 בילעטן. מען האט מסכים געווען אז אויב איינער פון אונזערע נעמען קומט ארויס פונעם ראפל, באקומט מיין טאטע 8,000 פאר די צוואנציגער זיינע וואס ער צאלט, מיין שוועסטער 4,000 פאר די צען דאלער וואס זי געט, און איך 8,000 אזוי ווי מיין טאטן פאר די צוואנציגער וואס איך גיב. צוויי טויזנט פאר יעדע טיקעט וואס מען האט זיך איינגעקויפט. אקעי, ענדליך איז יעדער צופרידן מיטן געשעפט.

דערנאך גיט מיין טאטע א פרעג: און וואס אויב איינער פון אונז דריי געווינט די צווייטע פרייז וואס איז א נסיעה צו ליזשענסק? און ער ענטפערט אליין: אין אזא פאל באקום איך עס ווייל פרויען פארן דאך נישט צום קבר פון רבי’ אלימלך.

רוף איך מיך אן: איין מינוט. קודם כל האב איך נישט געוויסט פון די צווייטע פרייז. אויב אזוי טוישט זיך אלעס יעצט. וואס הייסט, פרויען פארן נישט קיין ליזשענסק?

און איך זאג טאטי:

הער זיך איין… ערשטנס, מיט יארן צוריק האט א קליין קינד מיר געפרעגט בשעת איך האב געקייט גאם, וואס איז אין דיין מויל? האב איך אים געזאגט: דאס הייסט גאם. די מאמע איז געקומען צו לויפן און געזאגט צום קינד: שעפעלע, קוק נישט אויף איר. נאר גויים קייען גאם. דאס קינד איז געווען צעמישט. רוף איך מיך אן צום קינד: קוק שעפעלע, נישט נאר גויים קייען גאם, ווייל איך קיי גאם און איך בין א איד.

צווייטנס, א מינוט צוריק האב איך מיך אראפגעזעצט אויפן בענקל וואו מיין ברודער איז געזעסן. ער קומט צו צו מיר און זאגט מיר: אנטשולדיגט, שוועסטער, איך זיץ דא. איך קוק אים אן און זאג אים: עס זעט נישט אויס ווי דו זיצסט דא. עס איז קלאר אז איך זיץ דא. דו שטייסט נעבן מיר.

דריטנס, טאטי, פרויען גייען יא צום קבר, ווייל אויב איך וועל גיין וועלן פרויען גיין.

ניין, פרויען גייען נישט צום קבר, זאגט דער טאטע. אזוי איז עס.

זאג איך: אקעי וועל איך נישט גיין צום קבר, איך וועל סתם פארן קיין ליזשענסק.

ניין, זאגט ער, דער גאנצער ציל איז דאך צו גיין צום קבר פונם צדיק.

אקעי וועל איך גיין צום קבר, נו שוין.

מיין טאטע פארקרימט זיך די נאז און האלט זיך שטארק אז אויב איינער פון אונז געווינט די נסיעה זאל יעדער צושטימען אז ער באקומט עס.

זאג איך: טאטי, איך בין נישט מסכים. עס איז נישט רעכט אז עס זאל זיין אזוי. איך קויף 4 בילעטן און אויב מיין נאמען פאלט אויס אויף דער נסיעה איז נאר ריכטיק אז איך זאל באשליסן, צי איך וועל פארן צי נישט. אויב דו שטימסט נישט צו, צי איך צוריק פונעם גאנצן געשעפט און קענסט דיך קויפן אן אייצלנדע בילעט, אבער דערנאך וועסטו פארלירן א גרעסער טשענס צו געווינען דאס געלט געווינס. דער טאטע קווענקלט זיך און זאגט: נו, צי זיך ארויס פונעם געשעפט.

די מאמע קומט אריין אין מיטן און רופט זיך אן קאמישלעך: אויב געווינען ענק די נסיעה צו ליזשענסק וועלן ענק אלע דריי מוזן זיצן אויף איין זיץ.

זאג איך: איין מינוט, טאטי, האט נישט רבי אלימלך פון ליזשענסק צוגעזאגט אז אויב מען קומט צו זיין קבר פארן שטארבן, שטארבט מען נישט אן תשובה טון? הייבט ער אן צו לאכן און זאגט: קאמיש, ניין, עס מאכט נישט אויס אויב מען גייט פארן שטארבן אדער נאכן שטארבן, און די גאנצע משפחה האט געלאכט.

רבי‘ אלימלך האט געזאגט — זאגט מיין טאטע לאכענדיג — אז אויב מען גייט צו זיין קבר, שטארבט מען נישט אן תשובה טון.

אקעי טאטי, דאס האב איך געמיינט. דו ווילסט נישט א געלעגנהייט צו וויסן אז איך, דיין עקשנות’דיגע טאכטער וואס האט פארלאזט דעם דרך, וועט נישט שטארבן אן תשובה טון? דער טאטע איז געווארן שטיל פאר א מינוט. איך האב אים געדריקט ווי עס טוט וויי. נאך א מינוט זאגט ער: אוודאי וויל איך, אבער דו האסט געזאגט אז דו וועסט נישט גיין צום קבר. זאג איך, ווייסטו וואס טאטי, איך מאך מיט דיר א געשעפט. אויב פאלט אויס מיין נאמען אויפן נסיעה קיין ליזשענסק זאג איך דיר צו אז איך וועל גיין צום קבר פונם רבי’ן. דערנאך וועסטו קענען אויך זען וואס הייסט תשובה. וויאזוי איך פיר מיך אויף נאכדעם וועסטו מוזן אננעמען אז דאס איז די ריכטיגע תשובה וועג. ווערטער פון אזא גרויסן צדיק ווי רבי’ אלימלך פון ליזשענסק נעמט מען נישט לייכט ביי חסידים. מיין טאטע האט געשמייכלט, הנאה האבנדיג וויאזוי איך האב דאס אראפגעלייגט, און ער האט מסכים געווען.

נאך די גאנצע געשעפט צעלאכט זיך מיין יינגסטער ברודער און רופט זיך אן: פאר יעדן ביכל וואס איך פארקויף באקום איך געלט און אויב איך ברענג אריין 1,000 דאלער באקום איך אויך 100. זאג איך: איין מינוט, דארף איך אויך באקומען א פראצענט. דאס איז נישט יושרדיק.

ער האט ווידער געלאכט און געטענה’ט אז דאס איז זיין געווינס און עס האט נישט קיין שייכות מיט קיינעם.

יעדער שמויגער פאר זיך טויג ער, האַ?

אויב איינער פון אונז געווינט וועל איך שרייבן נאך אן ארטיקל וויאזוי עס האט זיך אויסגעשפילט. יעצט, ווען מען האלט שוין דא, גייט מיר נישט אזוי אן צו געווינען, איך וויל געווינען סתם ווייל עס איז געווארן אן אינטערעסאנטע שפיל אין מיינע אויגן. איך שפיר ווי איך בין אין א חסידי’שע קאסינא מיט מיין גאנצער משפחה. דאס מאכט זיך נישט יעדן טאג. איך פריי מיך אויך אז צום סוף איז יעדער ארויס מיט א שמייכל, אדער אפשר איז עס גאר א נייער אנפאנג, בפֿרט אויב מיר געווינען טאקע? איז, אויב קענט איר דאווענען און איינרייסן ביים טאטן אין הימל און טאקע אויספועלן, וועט דאס העלפן א טאטע וואס מאכט חתונה א קינד, א קינד וואס האט חתונה, און א קינד וואס האלט נישט ביים חתונה האבן.

בשורות טובות און א גוט געבענטשט יאר 2021!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.