Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַנטאָלאָגיע באַטאָנט פֿילמיניקײט פֿון ייִדיש־קולטור אין צפֿון־ און דרום־אַמעריקעAnthology highlights diversity of Yiddish culture in the Americas

די צװײ גרעסטע טײלן פֿון בוך באַטראַכטן די באַציִונגען צװישן עלטערן און קינדער אין שײַכות צו ייִדיש.

װען דער אַמעריקאַנער שרײַבער הענרי דזשײמס איז צוריקגעקומען קײן אַמעריקע אין 1904 נאָך דעם, װי ער האָט פֿאַרבראַכט העכער 30 יאָר אין אײראָפּע, האָט ער קױם דערקענט זײַן הײמלאַנד.

דעם שטאַרקסטן רושם האָט אױף אים געמאַכט דער ניו־יאָרקער לאָוער־איסט־סײַד. הערנדיק דעם ייִדישן אַקצענט פֿון די נײַ־געקומענע אימיגראַנטן האָט דזשײמס דאָס באַצייכנט ווי „דער אַקצענט פֿון דער צוקונפֿט, די סאַמע שענסטע מוזיק פֿון דער מענטשהײט — אָבער בכלל נישט דאָס ליטעראַרישע ענגלישע לשון מיט וועלכן מיר זענען באַקאַנט.‟

די נײַע אַנטאָלאָגיע, „װי ייִדיש האָט געענדערט אַמעריקע און װי אַמעריקע האָט געענדערט ייִדיש‟, צונױפֿגעשטעלט און רעדאַגירט דורך אילן סטאַװאַנס און דזשאָש לאַמבערט, דערװײַזט, אַז דזשײמסעס נבֿואה איז טאַקע מקוים געװאָרן, כאָטש אפֿשר ניט אַזױ װי יענער האָט זיך אױסגעמאָלט מיט העכער הונדערט יאָר צוריק.

ווי די רעדאַקטאָרן באַשרײַבן אין דער הקדמה פֿון בוך, אַנקפּלעקט די אַנטאָלאָגיע „די רײַכע פֿילמיניקײט פֿון ייִדישע שטימען אין אַמעריקע און פֿון דער אַמעריקאַנער קולטור, װאָס איז באַװירקט און באַגײַסטערט געװאָרן דורך ייִדיש. זי איז כּולל לידער, דערצײלונגען, זכרונות, עסײען, דראַמאַטישע װערק, בריװ, שמועסן און בעל־פּהיִקע געשיכטע‟. אַ היפּשע צאָל מאַטעריאַלן קומען פֿון די זאַמלונגען פֿון דער ייִדישער ביכער־צענטראַלע, און אין אַ געװיסן זינען שפּיגלט דער עקלעקטישער צוגאַנג אָפּ דעם וועלטבאַנעם פֿון דער דאָזיקער אינסטיטוציע. דאָס איז אַ בוך פֿאַר אַ ברײטערן לײענערשאַפֿט, און יעדער לײענער קען דאָ פֿאַר זיך געפֿינען עפּעס טשיקאַװעס און נײַס. דװקא די פֿילמיניקײט פֿונעם מאַטעריאַל איז די הױפּט־מעלה פֿונעם בוך, װאָס מאַכט עס אַנדערש פֿון פֿריִערדיקע אַנטאָלאָגישע זאַמלוננגען פֿון ייִדישער ליטעראַטור.

די קאָמפּאָזיציע פֿון דער אַנטאָלאָגיע שפּיגלט אָפּ די פֿאַרשײדענע קולטורעלע, סאָציאַלע און פּאָליטישע טרעפֿפּונקטן צװישן ייִדיש און אַמעריקע. דער ערשטער טײל איז אַ געמיש פֿון ייִדישע און ענגלישע טעקסטן און בילדער פֿון פֿאַרשײדענע תּקופֿות װעגן די לינקע פּאָליטישע אַקטיװיטעטן פֿון ייִדישע אימיגראַנטן. אין הסכּם מיטן רעדאַקטאָרישן פּּרינציפּ, װערט די פּאָליטיק אױסגעטײַטשט אין אַ ברײטערן זינען. מען געפֿינט דאָ, למשל, דעם צװײטן אַקט פֿון שלום אַשס דראַמע „גאָט פֿון נקמה‟, װאָס איר אױפֿפֿירונג אין ניו־יאָרק אין 1923 האָט גורם געװען אַ סקאַנדאַל צוליב דער שילדערונג פֿון אַ ליבע צװישן צװײ פֿרױען. מערקװירדיק, אַז אין רוסלאַנד און דײַטשלאַנד האָט דער דאָזיקער אַספּעקט לגמרי ניט אַרויסגערופֿן קײן פּראָטעסט — אַ סימן, אַז אין אַמעריקע האָט דעמאָלט געהערשט אַ מער קאָנסערװאַטיװער קלימאַט אײדער אײראָפּע.

פֿון פּאָליטיק גײט מען אַריבער צו דער לינגװיסטיק. מען באַטראַכט דעם גורל פֿון דער ייִדישער שפּראַך, ווי מע האָט זיך באַצויגן צו איר און איר אייגענע עװאָלוציע אין אַמעריקע. זײער באַלערעװדיק און לעבעדיק איז אַהרן לאַנסקיס שמועס מיט גיטל שעכטער־װישװאַנאַט װעגן איר טאַטנס לעקסיקאָגראַפֿישער ירושה און איר אײגענער אַרבעט איבערן „אַרומנעמיקן ענגליש־ייִדישן װערטערבוך‟, װאָס איז לױט מײַן מײנונג דער חשובֿסטער אױפֿטו אינעם געביט פֿון ייִדיש־לימודים אין דעם נײַעם יאָרהונדערט. יחיאל (דזשעפֿרי) שאַנדלערס אַנטראָפּאָלאָגישער עסײ, „דאָס אײַנקױפֿן ייִדיש איּן באָראָ־פּאַרק‟ איז דער אײנציקער טעקסט אינעם גאַנצן בוך, װוּ מען קאָן זיך עפּעס דערװיסן װעגן חסידים און זײער באַנוץ מיט ייִדיש. דער דריטער טײל, „מיט װאָס עסט מען ייִדיש?‟ באַהאַנדלט דעם ענין, ייִדישע מאכלים און זײער ראָלע אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.

די צװײ גרעסטע טײלן, דער פֿערטער און דער פֿינפֿטער, באַטראַכטן די באַציִונגען צװישן עלטערן און קינדער אין שײַכות צו ייִדיש. די אַמעריקאַנער ייִדישע קולטור ציט איר ייִחוס פֿון מיזרח־אײראָפּע, װאָס װערט אָפֿט מאָל פֿאָרגעשטעלט װי דאָס לאַנד פֿון פּאָגראָמען און שטעטלעך.

דאָס איז אַ װײַטער האַלב־מיטאָלאָגישער עבֿר. די שפּעטערע היסטאָרישע תּקופֿה פֿון מאַסן־אימיגראַציע װערט בדרך־כּלל געשילדערט מער רעאַליסטיש. די דאָזיקע געשיכטע שפּילט זיך אױס אױף די גאַסן, אין די סוועטשעפּער און די טענעמענט־הײַזער פֿון דער לאָוער איסט־סײַד. אַ ביסל שפּעטער באַװײַזן זיך אױף דער ניו־יאָרקער ייִדישער מאַפּע נײַע געגנטן אין ברוקלין און בראָנקס. דער לײענער קען באַטראַכטן די דאָזיקע געגנט דורך די אױגן פֿון ייִדישע שרײַבער און דיכטער, אַזעלכע װי פּרץ הירשבײן און יוסף אָפּאַטאָשו, בלומע לעמפּעל און משה נאַדיר, משה־לײב האַלפּערן און אַנאַ מאַרגאָלין.

די קינדער און אײניקלעך פֿונעם אימיגראַנטישן דור האָבן איבערגענומען דעם גורל פֿון ייִדיש אין אַמעריקע. אַזױ אַרום האָט זיך געשאַפֿן אַן אײגנאַרטיקע „כּמו־טעריטאָריע‟ פֿון ייִדיש (דער דאָזיקער באַגריף געהערט צו דעם קריטיקער ברוך ריװקין און איז לעצטנס פּאָפּולער געװאָרן צװישן ייִדיש־פֿאָרשער). די דאָזיקע כּמו־טעריטאָריע ציט זיך פֿון מײַקל שאַבאָנס אױסגעטראַכטער ייִדישער אױטאָנאָמער געגנט אין אַלאַסקע ביז האָליװוּד און װײַטער צו די װילדע חיות אין די קינדער־מעשׂיות פֿון מאָריס סענדאַק. אַ װיכטיקער אױפֿטו פֿון די רעדאַקטאָרן איז דער לעצטער טײל, װאָס פֿאַרברײטערט די גרענעצן פֿון דער כּמו־טעריטאָריע, אַרײַננעמענדיק מעקסיקע, אַרגענטינע און קאַנאַדע.

פֿילמיניקײט („דײַװערסיטי‟ בלע״ז) איז אַ פּאָפּולערער באַגריף אין דער אַמעריקאַנער קולטור הײַנט־צו־טאָג, און דאָס דאָזיקע בוך פּאַסט זיך גוט אַרײַן אין אָט דעם קולטורעלן שטראָם. אָבער יעדער סאָרט פֿילמיניקײט האָט געװיסע גרענעצן, און די דאָזיקע זאַמלונג איז ניט קײן אױסנאַם.

ייִדישע קולטור בכּלל און אין אַמעריקע בפֿרט איז זײער רײַך, און האָט ניט נאָר דעם פּראָגרעסיװן װעלטלעכן פֿליגל, נאָר אױך דעם קאָנסערװאַטיװן און רעליגיעזן. חסידים װערן יאָ דערמאָנט דאָ און דאָרט, אָבער מען הערט ניט זײערע אײגענע שטימען.

דער אױסקלײַב פֿון מחברים, מענער און פֿרױען, איז יאָ זײער ברײט אָבער עס זײַנען דאָ נאָך אַ היפּשע צאָל װיכטיקע אַמעריקאַנער ייִדישע ראָמאַניסטן, װאָס פֿאַרבלײַבן עד־היום קױם באַקאַנט דעם הײַנטיקן לײענער, אַזעלכע װי ברוך גלאַזמאַן, ישעיה מילער, בנימין דעמבלין און אַנדערע. בשעתו זײַנען זײ געװען פּאָפּולער איבער דער גאָרער ייִדישער װעלט, און זײערע װערק באַשרײַבן פּרטימדיק דאָס לעבן פֿון אַמעריקאַנער ייִדן. די ליטעראַרישע מאָדע בײַט זיך, און האָפֿטנלעך װעט קומען אַ נײַער דור ייִדישע פֿאָרשער און פֿון דאָס נײַ אַנטדעקן דעם אַמעריקאַנער ייִדישן ראָמאַן.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.