Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַער נומער „אויפֿן שוועל“ דעקט מגפֿות און הייבט אָן צוויי נײַע רובריקןLatest issue of “Afn Shvel” covers plagues and launches two new columns

צווישן די נײַע רובריקן: אַ וועגווײַזער ווי אויסצומײַדן גראַמאַטישע גרײַזן.

ס׳איז לעצטנס אַרויס דער זומער־האַרבסט־ווינטער נומער „אויפֿן שוועל“, וואָס באַשטייט פֿון כּמעט הונדערט זײַטן — אַרום דרײַ מאָל אַזוי פֿיל מאַטעריאַל ווי געוויינטלעך. אין איר הקדמה גיט די נײַע רעדאַקטאָרין, מרים טרין, איבער, אַז מע האָט אָנגעזאַמלט אַ סך אַרטיקלען פֿאַרבונדן מיט דער קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע, וואַרטנדיקט, אַז די מגפֿה זאָל אַריבער. זעענדיק אַז דער מצבֿ וועט נאָך לאַנג דויערן, האָט מען באַשלאָסן אַלץ אַרויסצוגעבן אין אַ פֿאַרגרעסערטן פֿאַרנעם.

אינעם איצטיקן נומער, „מגפֿות און אַנדערע אָנשיקענישן“, געפֿינט מען באַריכטן פֿון ייִדישיסטן אין אַמעריקע, יאַפּאַן, פּוילן און דײַטשלאַנד, ווי אויך פֿאָרשערישע אַרטיקלען פֿון שרײַבער אין ישׂראל, פֿראַנקרײַך און אַמעריקע, און רײַזע־נאָטיצן פֿון איסלאַנד.

מע הייבט איצט אויך אָן צוויי נײַע רובריקן. אײַזיק בלימאַן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון לינגוויסטיק אינעם קאַליפֿאָרניער אוניווערסיטעט אין בערקלי, לעבט ווידער אויף מרדכי שעכטערס „לײַטיש מאַמע־לשון“ פֿאַר אַ נײַעם דור. און מע האָט לאַנצירט אַ רובריק, „אַז מע שרײַבט, דערשרײַבט מען זיך“, וווּ מע וועט אָפּדרוקן אַרטיקלען און עסייען פֿון סטודענטן, וואָס האָבן ערשט אָנגעהויבן שאַפֿן אויף ייִדיש. דער מחבר וועט מיטאַרבעטן אָנלײַן מיט יצחק ניבאָרסקי, כּדי צו פֿאַרבעסערן דאָס לשון פֿונעם טעקסט און זיך דערבײַ אויסלערנען ווי צונויפֿצושטעלן אַן אַרטיקל אויף אַ קאָרעקטן, אידיאָמאַטישן לשון.

פֿון אַמעריקע געפֿינט מען צוויי לענגערע פּאָליטישע עסייען פֿון שלום בערגער און מאַרק קאַפּלאַן, וואָס באַשרײַבן די געזעלשאַפֿטלעכע פּראָבלעמען פֿון דער געזונט־סיסטעם און דעם ראַסיזם אין שײַכות מיטן איצטיקן קריזיס. בערגער, אַ דאָקטער און עפּידעמיאָלאָג בײַם דזשאָנס־האָפּקינס־אוניווערסיטעט, דערקלערט פֿאַר וואָס ער האַלט אַז דווקא איצט, בשעת דער קאָראָנאַ־ווירוס־פּאַנדעמיע, איז די פּאַסיקע צײַט ווידער אויפֿצובויען די אַמעריקאַנער געזעלשאַפֿט אויף אַ מער יושרדיקן אופֿן. קאַפּלאַן, אַ גאַסט־פּראָפֿעסאָר פֿון ליטעראַטור אין דאַרטמאָט־קאָלעדזש, באַטראַכט מיט אַ קריטישן אויג ווי אַזוי מע האָט געשילדערט ראַסע־באַציִונגען אין דער ייִדישער ליטעראַטור. אינעם עסיי רופֿט ער זיך בפֿרט אָפּ אויף אַן אַרטיקל פֿון דזשיימס באַלדווין וועגן ייִדן.

מע קען דאָ אויך לייענען אַ ריי באַריכטן וועגן דער ווירקונג פֿון דער פּאַנדעמיע אויף פֿאַרשידענע שטעט און לענדער. פֿון דער חסידישער גאַס קען מען לייענען אַ קאָראָנאַ־ווירוס־טאָגבוך פֿונעם באַקאַנטן הומאָריסט און סאַטיריקער קטלא קניא, אין וועלכן ער באַשרײַבט ווי אַזוי ער פּרובירט צו באַשיצן זײַן טאַטן, אַ ייִד פֿון דער שארית־הפּליטה, פֿון דער מגפֿה.

פֿון טאָקיאָ באַשרײַבט די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרשע סאַטאָקאָ קאַמאָשידאַ ווי אַזוי די אָרטיקע אײַנוווינער רעאַגירן אויפֿן מצבֿ מיט שטילן קוראַזש, האָבנדיק שוין דורכגעמאַכט אַ ריי אַנדערע קאַטאַסטראָפֿעס. פֿון איסלאַנד גיבן איבער לייזער בורקאָ, טאַמאַרע גליסאָן און אַרטוראָ קערבעל־שיין אין דרײַ קורצע רײַזע־נאָטיצן, ווי אַזוי זיי זענען צוזאַמען געפֿאָרן איבערן לאַנד פֿון גלעטשערס און וווּלקאַנען אין דער צײַט פֿון דער מגפֿה און פֿאַר וואָס ס׳איז אַפֿילו אַ פּאַסיק אָרט צו פֿירן אַ ייִדיש־קורס.

מגפֿות זענען ניט קיין זעלטענע דערשײַנונג אין דער ייִדישער קולטור און דער נומער נעמט אויך אַרײַן אַ צאָל פֿאָרשערישע אַרטיקלען און אַרכיוואַלע מאַטעריאַלן פֿאַרבונדן מיט דער טעמע. צווישן זיי געפֿינט זיך אַן אַרטיקל פֿון בני מער, וואָס באַשרײַבט ווי אַזוי דער פּאָעט בינעם העלער האָט אויסגעמאָלט טובערקולאָז בײַ די פּוילישע פּליטים אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד נאָך דער צווייטער וועלט־מלחמה, און אַן אַרטיקל פֿון חווה טורניאַנסקי וועגן ייִדישע לידער פֿון פּראָג וואָס שילדערן אַ מגפֿה וואָס איז אויסגעבראָכן אינעם יאָר 1713.

וואָס שייך ליטעראַטור נעמט דער נומער אַרײַן אַ לענגערע דערציילונג פֿון דער שרײַבערין און איבערזעצערין שירי שאַפּיראַ, אינספּירירט פֿונעם קאַראַנטין אין ישׂראל, ווי אויך נײַע לידער פֿון באָריס קאַרלאָוו, שבֿע צוקער און גיטל שעכטער־ווישוואַנאַט. כּדי צו באַשטעלן דעם נײַעם נומער, גיט אַ קוועטש דאָ.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.