Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

סיכסוך צווישן חרדים און רעליגיעזע ציוניסטן האָט זיך אָנגעהויבן אין 19טן יאָרהונדערטThe conflict between the Haredim and religious Zionists started in the 19th century

די פֿאָרשטייער פֿון „מזרחי‟ אין פּוילן האָבן געפֿרעגט אַ שאלה בײַם חזון איש אָבער זענען נישט געווען צופֿרידן מיט זײַן תּשובֿה.

Orthodox Judaism and the Politics of Religion: From Prewar Europe to the State of Israel
Daniel Mahla
Cambridge University Press, March 2020, 318 PP

די פֿרומע ייִדישע װעלט איז װײַט ניט פֿאַראײניקט און האָט אַ סך פּאָליטישע און אידעאָלאָגישע שפּאַלטונגען. צי איז דאָס אַ מיצװה אָדער אַן עבֿירה פֿאַר ייִדן צו שטיצן די ציוניסטישע מדינת־ישׂראל? װי אַזױ באַשטימט מען די גרענעצן פֿון דער ייִדישער מלוכה: דורך פּאָליטישן משׂא־ומתן אָדער לױט דער תּורה? אײן פּאָליטישע פֿראַגע, װאָס האָט אַנטפּלעקט די אינערלעכע שפּאַלטונג אין דער פֿרומער װעלט, איז אױפֿגעקומען אין 1953. דעמאָלט האָט דער כּנסת דעבאַטירט די פֿראַגע פֿון מיליטערישער דינסט פֿאַר פֿרױען. די װעלטלעכע פּאַרטײען האָבן געטענהט אַז דאָס איז אַ פּאַטריאָטישע פֿליכט פֿון אַלע בירגער, מענער און פֿרױען.

די דעפּוטאַטן פֿון דער רעליגיעזער ציוניסטישער פּאַרטײ „מיזרחי‟ זײַנען געװען ניט זיכער. זײ האָבן באַשלאָסן צו פֿרעגן די דאָזיקע שאלה בײַם בכּבֿודיקן רבֿ, דעם „חזון־איש‟ (ר’ אַבֿרהם ישיעהו קאַרעליץ). דער רבֿ האָט געפּסקנט, אַז די הלכה פֿאַרװערט צו שטיצן דאָס געזעץ. װען מען האָט בײַ אים געפֿרעגט אַן אַסמכתּא פֿאַר זײַן פּסק, האָט ער געענטפֿערט, אַז אַזױ שטײט אינעם „פֿינפֿטן שולחן־ערוך‟. װי באַקאַנט, באַשטײט דער שולחן־ערוך פֿון פֿיר טײלן. לױט סטוטשקאָװס „אוצר פֿון דער ייִדישער שפּראַך‟ מײנט דער פֿינפֿטער שולחן־ערוך אַ באָבע־מעשׂה אױף ייִדיש. אַנדערע האַלטן, אַז דער פֿינפֿטער שולחן־ערוך מײנט אַ געזונטן שׂכל, װאָס נײטיקט זיך ניט אין קײן אַסמכתּא אין תּורה אָדער גמרא. עס איז ניט קלאָר, װאָס דער חזון־איש איז געװען אױסן: אפֿשר האָט ער פּשוט געמײנט, אַז פֿרױען פּאַסט ניט צו דינען אין מיליטער? אָדער האָט ער געװאָלט חוזק מאַכן פֿון די ציוניסטישע פּאָליטיקער?

דניאל מאַהלאַ דערצײלט די דאָזיקע מעשׂה בײַם אָנהײב פֿון זײַן בוך „דער אָרטאָדאָקסישער יודאַיִזם און די פּאָליטיק פֿון רעליגיע‟, װאָס באַטראַכט די קאָמפּליצירטע באַציִונגען צװישן די צװײ גרעסטע פּאָליטישע באַװעגונגען אין דער פֿרומער סבֿיבֿה, דעם „מזרחי‟ און דער „אגודת־ישׂראל‟. מאַהלאַ זעט ניט קײן איראָניע בײַם חזון־אישס ענטפֿער. ער דערקלערט, אַז דער פֿינפֿטער שולחן־ערוך איז כּלומרשט אַ געהײמער מקור, באַקאַנט בלױז בײַ די גרעסטע חכמים, און דער פּשוטער עמך טאָר ניט פֿרעגן אױף אים קײן קשיות. אָבער דעם רבֿס פּסק איז ניט געװען גענוג פֿאַר די רעליגיעזע ציוניסטן, װאָס האָבן גענומען אין באַטראַכט ניט נאָר רעליגיעזע אָבער אױך נאַציאָנאַלע אינטערעסן פֿון מדינת־ישׂראל, און זײ האָבן געשטימט פֿאַר דעם געזעץ.

מאַהלאַ זעט אינעם דאָזיקן עפּיזאָד אַ סימן פֿון „אַ טיפֿן שפּאַלט צװישן די צװײ מינים פֿרומקײט פֿון קאַרעליץ און זײַנע געסט‟. צו יענער צײַט איז די פֿרומע װעלט געװען צעשפּאָלטן אױף צװײ פֿליגלען, די חרדים און די רעליגיעזע ציוניסטן. די דאָזיקע שפּאַלטונג, װאָס איז פֿאַרבליבן עד־היום, איז אַ פּועל־יוצא פֿון דער פּאָליטישער אַנטװיקלונג אינעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, װאָס איז די טעמע פֿון מאַהלאַס בוך.

בײַם סוף־נײַנצנטן יאָרהונדערט האָבן אַ סך פֿרומע ייִדן געשטיצט די באַװעגונג „חובֿבֿי־ציון‟ (ליבהאָבער פֿון ציון), װאָסער ציל איז געװען צו בױען אַ ייִדישן ייִשובֿ אין ארץ־ישׂראל. די שפּאַלטן זײַנען אַנטשטאַנען אױפֿן שװעל פֿונעם צװאַנציקסטן יאָרהונדערט, װען עס האָט זיך אױסגעפֿורעמט די פּאָליטישע שיטה פֿון ציוניזם. מען האָט אױסגעטײַטשט דעם באַגריף פֿון עם־ישׂראל אױף צװײ פֿאַרשײדענע אופֿנים. די ציוניסטן, אי פֿרומע אי װעלטלעכע, זײַנען געװען אײנשטימיק אַז ייִדן זײַנען אַ פֿאָלק װאָס איז מסוגל צו האָבן אַן אײגענע נאַציאָנאַלע מדינה, פּונקט װי אַנדערע פֿעלקער. די „אַגודת־ישׂראל‟, די חרדישע פּאַרטײ, װאָס האָט זיך באַװיזן ערבֿ דער ערשטער װעלט־מלחמה, האָט געהאַלטן עם־ישׂראל פֿאַר אַ רעליגיעזער עדה, װאָס איז יוצא־במינו צװישן די אומות־העולם. זײ האָבן געחלומט װעגן אַ היים ישׂראל אָבער ניט ווי קײן נאַציאָנאַלע מדינה, נאָר אַ רעליגיעזע מלוכה אױפֿן יסוד פֿון דער הלכה.

די דאָזיקע אידעיִשע חילוקים האָבן באַקומען פּראַקטישע פֿאָרעמס אין אײראָפּע נאָך דער ערשטער װעלט־מלחמה. אין פּױלן האָט די „אַגודה‟ געהאַט אַ שטאַרקע שטיצע בײַ די גערער חסידים, אײנער פֿון די גרעסטע חסידישע עדות אויף דער וועלט. די דאָזיקע פּאַרטײ האָט געהאַט עטלעכע דעפּוטאַטן אינעם פּױלישן סײם (פּאַרלאַמענט) װאָסער ציל איז געװען צו פֿאַרטײדיקן בלױז די רעליגיעזע אױטאָנאָמיע פֿון ייִדישע קהילות.

„מזרחי‟, די רעליגיעזע ציוניסטישע פּאַרטײ, האָט געפּריידיקט פֿאַר די רעכט פֿונעם ייִדישן פֿאָלק אין פּױלן פֿאַר נאַציאָנאַלער אױטאָנאָמיע. דער קאַמף צװישן די צוויי רעליגיעזע פּאַרטײען פֿאַרן פּאָליטישן קאָנטראָל איבער די ייִדישע קהילות איז געװען גאַנץ שאַרף; צו מאָל איז דער קאָנפֿליקט דערגאַנגען צו געשלעגן אין שילן. דער אונטערשיד צװישן דער „אַגודה‟ און דעם „מזרחי‟ איז געװען בולט אױך אין דעם, װאָס פֿאַר אַ ראָלע האָבן געשפּילט די רבנים. אין דער „אַגודה‟ זײַנען די רבנים געװען װיכטיקע דעה־זאָגערס, בעת די רעליגיעזע ציוניסטן האָבן קריטיקירט רבנים פֿאַרן בלײַבן שטעקן אין די „ד’ אמות פֿון דער הלכה‟ און האָבן אַ קנאַפּן אינטערעס אין גרעסערע נאַציאָנאַלע פּראָבלעמען.

דער קאַמף צװישן די פּאַרטײען האָט ממשיך געװען אין ארץ־ישׂראל. „מזרחי‟ האָט מיטגעאַרבעט מיט אַנדערע ציוניסטישע גרופּעס כּדי אױפֿצובױען דעם נײַעם ייִשובֿ, בעת די אַקטיװיטעט פֿון דער „אַגודה‟ איז געװען באַגרענעצט פֿונעם פֿרומען „אַלטן ייִשובֿ‟, װאָס האָט זיך אַנטקעגנגעשטעלט דעם ציוניסטישן פּראָיעקט. דער חורבן האָט אָבער שוין גענייט די „אַגודה‟ אין ארץ־ישׂראל צו קומען צו אַ פּשרה מיט די ציוניסטן. אין 1948 האָבן אירע פֿאָרשטײער אונטערגעחתמעט די אומאָפּהענגיקײט־דעקלאַראַציע פֿון מדינת־ישׂראל. אָבער דאָס האָט ניט געלײזט דעם קאָנפֿליקט צװישן דער „אַגודה‟ און די רעליגיעזע ציוניסטן. איצט האָבן זײ זיך געראַנגלט פֿאַרן קאָנטראָל איבער דער רעליגיעזער דערציִונג אין מדינת־ישׂראל.

דניאל מאַהלאַס פּרטימדיקע היסטאָרישע פֿאָרשונג העלפֿט בעסער פֿאַרשטײן די הײַנטיקע פּאָליטישע דינאַמיק אין דער פֿרומער סבֿיבֿה אין מדינת־ישׂראל. סײַ די חרדים, די יורשים פֿון דער „אַגודה‟, און סײַ די נאַציאָנאַל־רעליגיעזע ציוניסטן, די יורשים פֿון „מזרחי‟, זײַנען אַקטיװע שפּילער אינעם ישׂראלדיקן לעבן, שרײַבט דער מחבר בײַם סוף פֿון בוך.

אין די 1960ער–1970ער יאָרן האָבן זיך די רעליגיעזע ציוניסטן פּאָליטיש זיך גערוקט אױף רעכטס און באַקומען אַ משיחיסטישע באַפֿאַרבונג. זײ האָבן פֿאַרפֿעסטיקט זייערע פּאָזיציעס אין פּאָליטישע און מיליטערישע אינסטיטוציעס. זײ זײַנען ספּעציעל שטאַרק און חשובֿ אין די ייִשובֿים אױף די פּאַלעסטינער שטחים. דער פּאָליטישער כּוח פֿון די חרדים, די יורשים פֿון דער „אַגודה‟, איז אױך געװאַקסן. זײ זײַנען טיפֿער פֿאַרטאָן געװאָרן אין פֿאַרשײדענע אַספּעקטן פֿון פּאָליטישן לעבן. הײַנט געפֿינען זיך בײַ זיי עטלעכע פּאַרטײען, װאָס רעפּרעזענטירן זייערע פּאָליטישע אינטערעסן אינעם כּנסת און די שפּאַלטונגען פֿאַרבלײַבן גאַנץ טיף.

Republish This Story

Please read before republishing

We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

We don't support Internet Explorer

Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.