רעפֿעראַט אויף ייִדיש וועגן קאָמיקער שמעון דזשיגאַןLecture in Yiddish on comedian Shimon Dzhigan
די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין מרים אײַזיקס וועט דערקלערן ווי אַזוי ער האָט זיך אַנטוויקלט ווי אַ סאַטיריקער אין פּוילן און ישׂראל.

Graphic by Angelie Zaslavsky
די „ייִדיש־ליגע“, בײַנאַנד מיט דער ירושלימער געזעלשאַפֿט, „יאָ — ייִדיש־אָרט“, לאַנצירט די וואָך אַ סעריע אָנלײַן־רעפֿעראַטן „שמועסן בחבֿרותא“.
אינעם ערשטן, וואָס וועט פֿאָרקומען דאָנערשטיק, דעם 28סטן יאַנואַר, 1:00־2:30 ניו־יאָרקער צײַט, וועט די ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין מרים אײַזיקס האַלטן אַ רעפֿעראַט וועגן דעם גרויסן ייִדישן קאָמיקער, שמעון דזשיגאַן. אין איר רעדע וועט זי דערקלערן ווי אַזוי דזשיגאַנס סאַטירע האָט זיך אַנטוויקלט במשך פֿון די יאָרן און ווי אַזוי זײַן קאָמעדיע האָט אָפּגעשפּיגלט די פּאָליטישע ווירקלעכקייטן אין פּוילן און ישׂראל.
כּדי צו זען די פּראָגראַם, וואָס איז בחינם, גיט אַ קוועטש דאָ.
שמעון דזשיגאַן איז געווען איינער פֿון די פּאָפּולערסטע קאָמיקער און סאַטיריקער אויף ייִדיש. זײַן סטיל קענן מען באַשרײַבן ווי אַ געמיש פֿונעם אַמעריקאַנער קאָמיקער אָליווער האַרדי מיטן אַמעריקאַנער סאַטיריסט וויל ראָדזשערס.
צוזאַמען מיט זײַן לאַנגיאָריקן בינע־שותּף ישׂראל שומאַכער, איז ער געווען אַ גרויסער שטערן אין פּוילן, קודם פֿונעם קליינקוסט־טעאַטער און שפּעטער פֿון אַ סעריע ייִדישע פֿילמען. נאָך דער מלחמה האָט דער דועט געמאַכט דעם רירנדיקן דאָקומענטאַר־פֿילם, „אונדזערע קינדער“, וועגן זייערע איבערלעבונגען מיט קינדער וואָס זענען פֿאַריתומט געוואָרן צוליבן חורבן. אין ישׂראל איז ער ווידער געוואָרן אַ שטערן, בײַטנדיק אַ סך פֿון זײַנע פּאָליטישע סקעטשן, זיי זאָלן זיך צופּאַסן צו דער ישׂראלדיקער געזעלשאַפֿט. ער איז געוואָרן אַזוי פּאָפּולער, אַז ער איז געווען דער איינציקער אין דער ייִדישער מדינה וועמען ס׳איז געלונגען צו שאַפֿן אַ טעלעוויזיע־פּראָגראַם אויף מאַמע־לשון.
מרים אײַזאַקס, אַ פּענסיאָנירטע פּראָפֿעסאָרין פֿון ייִדיש בײַם מערילאַנדער אוניווערסיטעט, זעצט איצט איבער שמעון דזשיגאַנס זכרונות, „דער כּוח פֿון ייִדישן הומאָר“.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
