פֿונדאַציע זוכט פּראָיעקטן וואָס מוטיקן רעדן און שרײַבן אויף ייִדישFoundation seeks projects boosting speaking, writing in Yiddish
אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט מען געגעבן סובווענצן אונטערצושטיצן קינדערביכלעך, קלאַסן פֿאַר ייִדיש־רעדנדיקע אַקטיאָרן און צוזאַמענפֿאָרן אויף מאַמע־לשון.
די „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור א״נ בנימין שעכטער“ נעמט שוין איצט אָן אַפּליקאַציעס אויף סובסידיעס. די אָרגאַניזאַציע זוכט „גוט דורכגעקלערטע פּראָיעקטן וואָס זאָלן מוטיקן דאָס אַקטיוו רעדן, לייענען און שרײַבן אויף ייִדיש.“
די סובסידיעס באַטרעפֿן צווישן 1,000 און 3,000 דאָלאַר. מע קען אַרײַנשיקן אַן אַפּליקאַציע ביז מאָנטיק, דעם 15טן מאַרץ 2021.
:אַלע אַפּליקאַציעס דאַרפֿן זײַן אָנגעשריבן אויף ייִדיש און אַרײַננעמען די ווײַטערדיקע אינפֿאָרמאַציע: 1 . אַ קיצור פֿונעם פּראָיעקט.
2. די נעמען און קורצע ביאָגראַפֿיעס פֿון די יחידים וועלכע באַטייליקן זיך אינעם פּראָיעקט.
3. אַ בודזשעט, אַרײַנגערעכנט אַנדערע קוואַלן בײַ וועלכע מע האָט געבעטן פֿאָנדן.
4. אַנדערע סובסידיעס וואָס מע האָט שוין באַקומען פֿאַר דעם פּראָיעקט.
5. די געמאָנטע סומע.
אַפּליקאַציעס זאָל מען שיקן אויפֿן ווײַטערדיקן אַדרעס: [email protected]
אין פֿריִערדיקע יאָרן האָט די פֿונדאַציע אונטערגעשטיצט דאָס אַרויסגעבן ייִדיש־שפּראַכיקע קינדערביכער, ווערטערביכער און לערנביכער, קלאַסן פֿאַר ייִדיש־רעדערס וואָס לערנען ווי צו ווערן אַקטיאָרן און צוזאַמעפֿאָרן אויף וועלכע מע רעדט בלויז ייִדיש.
די „פֿונדאַציע פֿאַר ייִדישער שפּראַכקולטור אויפֿן נאָמען פֿון בנימין שעכטער‟ איז געגרינדעט געוואָרן אין 1968 דורך מרדכי און טשאַרנע שעכטער ז׳׳ל לזכר דעם אָנדענק פֿון מרדכיס פֿאָטער בנימין. בנימין שעכטער איז געווען אַ פֿאַרברענטער ייִדישיסט, וואָס האָט ממש „עולה־רגל‟ געווען, כּדי צו קענען בײַזײַן אויף דער טשערנאָוויצער שפּראַך־קאָנפֿערענץ אין 1908. אַחוץ דעם אונטערשטיצן די פּראָיעקטן פֿון אַנדערע אָרגאַניזאַציעס און יחידים האָט די „בנימין שעכטער־פֿונדאַציע‟ אויך אַרויסגעלאָזט אירע אייגענע פּובליקאַציעס, אַרײַנגערעכנט טערמינאָלאָגישע וועגווײַזערס אויף אַזעלכע געביטן ווי עסן, אויפֿהאָדעווען קינדער, געוויקסן, ווי אויך קאָנספּעקטן פֿאַר קורסן וועגן דער ייִדישער אָרטאָגראַפֿיע. אַ סך פֿון די דאָזיקע אויסגאַבעס האָט מען שפּעטער אַרויסגעלאָזט אין פֿאַרגרעסערטע אויפֿלאַגעס דורך דער „ייִדיש־ליגע‟.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor