ווען מײַן מאַמע און מומע האָבן זיך אַרויסגעגנבֿעט צום פֿאַרבאָטענעם קאַרנאַוואַלThe day my mother and aunt ventured out to the forbidden carnival
דער עפּיזאָד איז איינע פֿון עטלעכע משפּחה־געשיכטעס פֿאַרבונדן מיט פּורים, דערציילט פֿונעם אַרגענטינער־געבוירענעם ייִדיש־אַקטיוויסט, דניאל גלאַי
לכּבֿוד פּורים וויל איך אײַך דערציילן עטלעכע מעשׂיות פֿאַרבונדן מיטן יום־טובֿ וואָס זענען אַ מאָל פֿאָרגעקומען בײַ מיר אין דער משפּחה.
פֿון מיין מוטער לאה ע”ה האָב איך געהערט, אַז אין 1929, ממש אינעם ערשטן יאָר ווען זי איז מיט דער משפּחה אָנגעקומען קיין בוענאָס־אײַרעס, האָט זיך איר מיט איר ייִנגערער שוועסטער העלאַ פֿאַרגלוסט פֿאָרן אין צענטער־שטאָט צו זען דעם רייצנדיקן קאַרנאַוואַל מיט דער מיטרײַסנדיקער מוזיק, פֿילפֿאַרביקע קאַפּעליעס און די משונהדיקע טאַנץ־באַוועגונגען פֿון די זינגער. זענען די שוועסטער אַהינגעפֿאָרן. דעם פֿאָטער, הרבֿ קיטאַיגאָראָדצקי — דעם רבֿ פֿון דער קהילה — האָבן זיי גאָרנישט געזאָגט וועגן דעם.
סאַראַ פֿײַערונג האָט זיך דאָרט געטאָן! די פּויקן מיט די טאַצן! קאָנוווּלסיווע ריטמען… צום ערשטן מאָל האָבן זיי געהערט ווי אַ פֿאַרמאַסקירטער יונגאַטש רופֿט זיי „סעניאָריטאַס‟. די צוויי שוועסטער האבן זיך געשווינד אויסגעדרייט און געזוכט נײַע אָנרעגונגען און פּאַרפֿומען פֿון די אָן אַ שיעור קאַפּעליעס וואָס זענען געקומען פֿון אַלע קוואַרטאַלן צו דער גרויסער מעטראָפּאָליע.
שפּעט בײַ נאַכט, ווען די מיידלעך זענען צוריק אַהיימגעקומען אינעם שטילערן קוואַרטאַל פֿון וויזשאַ לינטש, און זײַנען אַדורך דעם שוועל פֿון זייער הויז, האָט שוין זייער פֿאָטער, מײַן זיידע, אויף זיי געוואַרט. געוויינטלעך איז ער אין אַזאַ שעה שוין געשלאָפֿן.
— וווּ זענט איר געווען? האָט ער געפֿרעגט.
מײַן מוטער האָט אים געפּרוּווט ענטפערן, נאָר דער פֿאָטער האָט קיין איין וואָרט ניט געוואָלט הערן.
— ווער האָט אײַך דערלויבט? ווער? ווער?
— זײַט מוחל, טאַטע — האָט די ייִנגערע געשעפּטשעט, געפּרוּווט אָן הצלחה אים באַרויִקן.
און דאָ האָט דער רבֿ זיך אַ קער געטאָן צו זײַן בכורה, מײַן מאַמען, און איר דערלאַנגט אַן אומגעריכטן, ברענענדיקן פּאַטש אין פּנים, וואָס זי וועט עס שוין מער ניט פֿאַרגעסן. און זי, מײַן מוטער, איז געבליבן שטיין. קיין פּיפּס האָט זי ניט געקענט אַרויסברענגען פֿון אירע ליפּן. אָבער דערנאָך, ווי זי וואָלט גערעדט צו זיך אַליין, האָט זי געזאָגט: „ביסט גערעכט, טאַטע, נאָר איך בין אויך גערעכט‟.
— „ס’איז זייער יום־טובֿ, נישט אונדזערער!‟ – האָט מײַן זיידע אויסגעשריגן. „פּורים האָבן מיר‟. נאָר מײַן מוטער איז שטילערהייט געבליבן בײַ אירס, אַז מיר לעבן איצט אין אַ פֿרײַ לאַנד. מיר זײַנען דאָך איצט אין אַרגענטינע! אפֿשר האָט אויך די ייִנגערע שוועסטער אַזוי געפֿילט, נאָר ביידע האָבן נישט געוואַגט קיין וואָרט אַרויסצוזאָגן.
אָט דער עפּיזאָד איז פֿאָרגעקומען אַ פּאָר שיינע יאָר נאָך איידער כ’בין געבוירן געוואָרן. נאָך דעם ווי איך בין שוין יאָ אַראָפּגעקומען אויף אָט דער זינדיקער וועלט, ווען איך בין געווען בערך זעקס יאָר אַלט, האָט פּאַסירט נאָך אַ מעשׂה פֿאַרבונדן מיט פּורים. אַזאַ קורצינקע וואָס זי איז אַפֿילו קיין מעשׂה נישט. אַ בילד נאָר.
איך שטיי אויף דער גאַס, אַ פּאָר מעטער פֿון טויער צום פֿעטער פּיניעס הויז, און פּלוצעם דערזע איך דאָרט צוויי יונגאַטשעס, פֿאַרשטעלטע פֿאַר חסידים, מיט שוואַרצע היט אויפֿן קאָפּ און לאַנגע קאַפּאָטעס. בײַ איינעם — אַ גראַגער אין האַנט. בײַם צווייטן — אַ לצנישע רויטע נאָז. אַ ציטער, אַ מורא האָט מיך פֿאַרכאַפּט. גויים – האָב איך צו זיך געמורמלט — וועלכע גרייטן זיך חוזק צו מאַכן פֿון מײַן פֿרומען פֿעטער, פֿון מײַן קוזינע, פֿון מיר און פֿון אַלע ייִדן בכלל. כ’בין אַזש פֿאַרגליווערט געוואָרן פֿאַר שרעק. נישט געוווּסט אַוווּ זיך אַהינצוטאָן.
פּלוצעם עפֿנט זיך די טיר פֿון הויז און ס’יאַוועט זיך מײַן קוזינע. שטייט זי דאָרט און פֿירט אַ לײַכטן שמועס מיט די פֿאַרשטעלטע חסידים. פֿריִער בין איך געווען זיכער, אַז זיי קומען סתּם אַזוי חוזק מאַכן פֿון ייִדן, און אַפֿילו זיי צו באַפֿאַלן… נאָר ווען כ’דערזע, אַז זי, די קוזינע, שטייט ווײַטער נעבן זיי, און זייער שמועס פֿליסט גלאַטיק האָב איך אַ קלער געטאָן, אפֿשר זענען דאָס טאַקע „אונדזערע‟, ס’הייסט כּשרע חסידים וועלכע וווינען אויך אין זעלבן געגנט. אין מײַן קורצן לעבן האָב איך אַזעלכע ייִדן קיין מאָל פֿאַר מײַנע אויגן נישט געזען. האָב איך אַ קאַפּיטשקע זיך באַרויִקט. מײַן ספֿק האָט זיך אָבער פֿאָרט ניט אין גאַנצן צערונען און אין מײַן מוח האָט ווײַטער געעקבערט: „זענען דאָס ייִדן? אמתע, אָדער ייִדנפֿײַנט, חלילה?‟ אַ ספֿק וואָס ציט זיך פֿון דעמאָלט אָן ביזן היײַטיקן טאָג.
נאָך מײַן משפּחהס אָנקומען קיין ישׂראל, וווּ מיר האָבן זיך באַזעצט אין קיבוץ, איז פּורים תּמיד געווען אַ גרויסע שׂמחה. און נישט בלויז פֿאַר קינדער. אין אָוונט האָבן אויך די עלטערן דורכגעפֿירט אין חדר־אוכל, אין גרויסן עסזאַל, אַ גראַנדיעזן פּורים־באַל. טענץ, עסן, משקאות און ספּעציעלע ליכט־עפֿעקטן – אַלץ איז דאָרט געווען. אַלע קיבוצניקעס, אָן אויסנאַם, זענען געווען פֿאַרשטעלט. צוזאַמען מיט מײַנער אַן אַרגענטינער חבֿרטע האָב איך ניט געהאַט קיין ברירה און אָנגעטאָן אַ קאָליריקן היטל אויפֿן קאָפּ.
אין מיטן דער שׂמחה, דערזע איך פּלוצעם בײַם הויפּט־אַרײַנגאַנג ווי אַן עלטערע פֿרוי מיט אַ שטעקן אין האַנט קוקט אַ ביסל קרום אויף די פֿאַרזאַמלטע. ווער קאָן דאָס זײַן? אפֿשר ניט פֿון קיבוץ? אוממעגלעך. טאָ ווער איז זי, צו אַל די שוואַרצע יאָר? ביז עמעצער האָט מיר אונטערגעזאָגט, אַז דאָס איז ניט מער און ניט ווייניקער ווי חסיה באָרענשטיין. חסיה באַרענשטיין?! כ’וואַרף אַ בליק אויף איר און באַלד דערקען איך איר פֿיגור און אַלגעמיינעם מהלך. שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז די דאָזיקע חסיה, אַ ביאַליסטאָקערין, קאָן זיך אַזוי מײַסטעריש פֿאַרשטעלן און אויסשפּילן איר נײַע ראָלע, אַז כּמעט קיינער קאָן זי אין ערשטן מאָמענט נישט דערקענען. אַ צײַט שפּעטער האָב איך זיך דערוווּסט, אַז אָט די בלאָנדע חסיה פֿלעגט אין די מלחמה־יאָרן, אין פּוילן, זיך פֿאַרשטעלן פֿאַר אַ פּאָליאַטשקע כּדי אויסצופֿילן פֿאַרשידענע שליחות פֿאַר אונדזער אונטערערדישער יוגנט־באַוועגונג… ס’איז מיר דאַן קלאָר געוואָרן פון וואַנעט ציט זיך איר מײַסטערישיקייט צו ענדערן איר פֿיזאָנאָמיע און גוף־אויסשטעל, אַז קיינער אין זאַל זאָל ניט וויסן ווער זי איז. אַ ליכטיקן גן־עדן זאָל זי האָבן.
פּורים 1986. מײַן זון ווערט פֿאַרוואַנדלט אין וואָלפֿגאַנג אַמאַדעוס מאָצאַרט! דער אַמאַדעוס שעמט זיך אַ קאַפּיטשקע, ווייסט ניט ווי צו שפּילן גענוי זײַן ראָלע, נאָר בסך־הכּל זעט ער אויס גאַנץ צופֿרידן. די בגדים זײַנע רעדן פֿאַר זיך – מאָצאַרט אין תּל־אָבֿיבֿ! אָט שטייט ער, דער אַכט־יעריקער מאָצאַרט, אַ פּאַרוקע פֿון ווײַסע וואַטע אויפֿן קעפּעלע, מיט אַ פּאַרטיטור אין האַנט און אַ פֿעדער אין דער צווייטער, אַלץ זאָרגעוודיק צוגעגרייט דורך דער מאַמען. און אַזאַ תּמימותדיקייט טראָגט זיך פֿון אים! טאָ קאָמפּאָניר וואָס עס גלוסט זיך דיר, זון מײַנס, און שפּיל אויס דײַנע חנעוודיקע, זיסע קלאַנגען! און דאָרט אויבן, אין הימל, קײַקלט זיך בײַ דער באָבען אַראָפּ אַ טרער — און דער עלטער־זיידע קוועלט.
אין גרויסע שטעט ווי תּל־אָבֿיבֿ, אַ לאַנגע צײַט נאָך פֿאַרן יום־טובֿ פּורים, זעט מען שוין בולטע סימנים, אַז ס’דערנענטערט זיך דער יום־טובֿ. אין סופּערמאַרקעט, צום בײַשפּיל, ליגן שוין אויסגעשטעלטע די המן־טאַשן פֿון כּלערליי סאָרטן און געשמאַקן. קאָלירפֿולע דעקאָראַציעס הענגען שוין אין די קראָמען, אַלץ זאָגט אָן, אַז אין גיכן וועט מען זען די קינדער־פּאַראַדן איבערן גאַנצן לאַנד. ביז ס’קומט אָן דער געגאַרטער טאָג, ווען דורכן גרויסן פֿענצטער פֿון מײַן דירה, אויפֿן דריטן שטאָק, וועל איך אַליין קענען זען דעם פּורים־פּאַראַד פֿון מײַן קוואַרטאַל.
הונדערטער פֿאַרשטעלטע קינדער פון דער שכנותדיקער פֿאָלקסשול, באַגלייטע פֿון לערערינס און אויך אייניקע טאַטע־מאַמע, וועלן מאַרשירן אויפֿן טראָטואַר אין אַן אײַנדרוקספֿולן פּורים־פּאַראַד, וואָס מען רופֿט דאָ עדלאידע (אַדלאָיאַדע). ניט געקוקט אויף די קאָראָנאַ־צרות וועלן, ווי יעדעס יאָר, מאַרשירן אסתּר־המלכּה, אַ זעלנער, אַ חסיד, מכשפֿות און פֿאַרשידענע חיות, באַרימטע העלדן פֿון טעלעוויזיע־פּראָגראַמען, אַ פּאָפּולערער פּאָליטיקער מיט אַ פֿאַרקרימטער נאָז, אָפֿילו דוד בן־גוריון בכבֿודו ובעצמו וועט מען זען דאָ.
פֿריילעך זאָל זײַן!
הײַנט איז פּורים,
מאָרגן אויך.
וואַרפֿט מיר אַ גראָשן,
און אפֿשר גיט נאָך.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor