ווידעאָ: „מיט פֿאַרמאַכטע אויגן“ — אַ טרויעריק ליבעליד צי אַ תּפֿילה?WATCH: “With Closed Eyes’’ – A sad love song or a prayer?
איציק מאַנגערס ליד, געשריבן באַלד נאָכן חורבן, שילדערט אַ גאָט וואָס דונערט ניט אין הימל, נאָר כליפּעט אין טאָל.

Graphic by Angelie Zaslavsky
ס׳איז זעלטן וואָס מע לאָזט אַרויס אַ נײַער מוזיק־ווידעאָ אויף ייִדיש אין פֿראַנקרײַך, שוין אָפּגערעדט פֿון דעם, אַז ער זאָל ווערן אַ שלאַגער. פּונקט אַזוי איז אָבער טאַקע געשען מיט נעמי ווײַספֿעלדס נוסח פֿון איציק מאַנגערס „מיט פֿאַרמאַכטע אויגן“, וואָס מע האָט במשך פֿון דרײַ וואָכן שוין געשפּילט מער ווי 60,000 מאָל אויף יוטוב.
„מיט פֿאַרמאַכטע אויגן“ איז ווייניקער פֿאָלקסטימלעך און מער מיסטעריעז ווי ס׳רובֿ פֿון איציק מאַנגערס לידער. בײַם הערן די מוזיק (פֿון נורית הירש, וואָס האָט קאָמפּאָנירט „בשנה הבאה“) און דעם סטיל פֿונעם גראַם, קען זיך גרינג דוכטן, אַז ס׳איז אַ טרויעריק ליבעליד, כאָטש גאָרניט אינעם טעקסט גופֿא גיט ניט אָנצוהערן וועגן ליבע. די מיסטעריעזע שורות וואָס זאָגן אַז גאָט איז גרויס, „ניט ווײַל ער דונערט אין הימל/ נאָר ווײַל ער כליפּעט אין טאָל“ גיט צו אַ שטימונג פֿון אַ תּפֿילה. נאָר אין וואָס פֿאַר אַ ייִדישער תּפֿילה זאָל גאָט אַמאָל וויינען? כּדי אויסצוטײַטשן דאָס ליד, איז וויכטיק צו דערמאָנען אַז מאַנגער האָט עס געשריבן אין 1948, באַלד נאָכן חורבן. זײַן אומעט אין יענע יאָרן איז געווען גרויס. און דאָך דערמאָנט ער אין די לעצטע שורות אַז פֿון אַ טרער קען בליִען אַ ליד.
די פֿראַנצייזישע ייִדישע זינגערין נעמי ווײַספֿעלד האָט ווי אַ קינד שטודירט קלאַסישע מוזיק און מע קען הערן אין איר נוסח פֿונעם ליד איר קלאַסישע טרענירונג. אין 2009 האָט זי געגרינדעט די קאַפּעליע „בליק“, מיט וועמען זי האָט געזונגען לידער אויף ענגליש, פֿראַנצייזיש, ייִדיש און רוסיש אין אַ קלעזמער־סטיל. אַחוץ איר קאַריערע ווי אַ זינגערין אַרבעט זי ווי אַ געזאַנג־לערערין און אַ קאָמיקערין.
די וואָך לאָזט זי אַרויס דעם אַלבאָם Soul of Yiddish (ייִדישע נשמה), אין וועלכן זי זינגט באַקאַנטע קונסטלידער אין אַ קלאַסישן סטיל, צוזאַמען מיט לידער פֿון דער פּאַריזער ייִדישער פּאָעטעסע רבֿקה קאָפּע באַגלייט פֿון אירע אייגענע קאָמפּאָזיציעס. אַזוי ווי אינעם דאָזיקן ליד, קומען זיך צונויף אין די לידער אַ קלאַסישער סטיל מיט אַ ייִדישן חן.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
