ווידעאָ: ווען „דער קוואַטער“ וואָלט גערעדט ייִדישWATCH: If the Godfather had spoken Yiddish
דאָ טרינקט מאַרלאָן בראַנדאָס באַרימטער העלד, וויטאָ קאָרלעאָנע, טיי אַנשטאָט קאַווע, און די ניט־איטאַליענער ווערן גערופֿן „גויים“.
אַז מע האָט שוין איבערגעזעצט „הערי פּאָטער“ אויף מאַמע־לשון, פֿאַר וואָס ניט פּאָפּולערע פֿילמען?
קיין פּראָפֿעסיאָנעלע נוסחאָות פֿון האָליוווּד־פֿילמען מיטן דיאַלאָג אונטערגערעדט אויף מאַמע־לשון זענען ניט פֿאַראַן, אָבער מע קען יאָ געפֿינען עטלעכע באַרימטע סצענעס געשאַפֿן דורך אַמאַטאָרן.
לייזער בורקאָ, אַ היסטאָריקער פֿון דער ייִדישער לינגוויסטיק און אַן אַקטיאָר, האָט מיט עלף יאָר צוריק איבערגעזעצט די ערשטע סצענע פֿונעם לעגענדאַרן האָליוווּדער פֿילם „דער קוואַטער“ וועגן דעם מאַפֿיע־קאָפּ, וויטאָ קאָרלעאָנע. די ייִדישע איבערזעצונג איז אַ בוכשטעבלעכע, אַחוץ דעם וואָס מאַרלאָן בראַנדאָס העלד טרינקט טיי אַנשטאָט קאַווע, און דער מאַן וואָס קומט אים בעטן אַ טובֿה דערמאָנט ניט די „ניט־איטאַליענער“, אַזוי ווי אינעם פֿילם, נאָר „די גויים“. אַפֿילו מיט די צוויי דאָזיקע קליינע וויצלעך, מאַכט דאָן וויטאָ קאָרלעאָנע פּונקט אַזאַ אימפּאָזאַנטן רושם אויף מאַמע־לשון, ווי אויף ענגליש און איטאַליעניש.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor