Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

צי האָבן ייִדן געירשנט די טראַװמע פֿון זייערע אימיגראַנטישע עלטערן?Did Jews inherit the trauma of their immigrant parents?

ס׳רובֿ עלטערן זענען אַנטלאָפֿן פֿון פּאָגראָמען בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה און דעם רוסישן בירגער־קריג.

They Left It All Behind: Trauma, Loss, and Memory Among Eastern European Jewish Immigrants and their Children
Hannah Hahn
Rowman & Littlefield Publishers, 2019, 302 pp.

דאָס רובֿ הײַנטיקע אַמעריקאַנער ייִדן זײַנען קינדער און קינדס־קינדער פֿון די בערך צװײ מיליאָן אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געקומען פֿון מזרח־אײראָפּע צװישן 1880 און 1924. די דאָזיקע גרעסטע ייִדישע כװאַליע איז געװען אַ טײל פֿונעם ריזיקן אימיגראַציע־שטראָם פֿון אײראָפּע.

אָבער אין געװיסע הינזיכטן זײַנען ייִדן געװען אַנדערש פֿון איטאַליענער, דײַטשן, פּאָליאַקן, אירלענדער און אַנדערע אײראָפּעיִשע אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געפֿאָרן קײן אַמעריקע — דער עיקר צוליב פּרנסה. די עקאָנאָמישע סיבות האָבן געשפּילט אַ חשובֿע ראָלע אױך בײַ ייִדן, אָבער די הויפּטסיבה זײַנען פֿאַר ייִדן געװען די אַנטיסעמיטישע רדיפֿות און פּאָגראָמען אין מזרח־אײראָפּע, בפֿרט בעת דער ערשטער װעלט־מלחמה און דעם רוסישן בירגער־קריג צװישן די יאָרן 1914 און 1921.

אימיגראַציע איז שװער פֿאַר אַלעמען. זי איז גורם אַ סך סאָציאַלע, עקאָנאָמישע, קולטורעלע און פּסיכאָלאָגישע פּראָבלעמען. דװקא די פּסיכאָלאָגישע טראַװמע קען זײַן די סאַמע טיפֿסטע און לאַנג־דױערנדיקע צװישן זײ. צומאָל קענען די קינדער, װאָס זײַנען געבױרן געװאָרן אין אַמעריקע, ירשענען די דאָזיקע טראַװמע פֿון זײערע עלטערן. די פּסיכאָ־אַנאַליטישע פֿאָרשונג פֿון אָט דער צװישן־דורותדיקער טראַװמאַטישער דערפֿאַרונג איז די טעמע פֿונעם בוך פֿון ד״ר חנה האַן, „זײ האָבן דאָרט אַלץ איבערגעלאָזט: טראַװמע, אבֿידה און זכּרון צװישן ייִדישע אימיגראַנטן פֿון מזרח־אײראָפּע און זײערע קינדער‟. די פֿאָרשערין האָט געמאַכט אינטערװיוען מיט אַ צאָל אַמעריקאַנער ייִדן, װאָס זייערע עלטערן זײַנען געקומען פֿון מזרח־אײראָפּע פֿאַר 1924. אַלײן אַן אימיגראַנטישע טאָכטער, האָט ד״ר האַן אַ טיפֿן פּערזענלעכן אינטערעס אינעם דאָזיקן ענין.

כּדי צו פֿאַרשטײן די פּסיכאָלאָגישע איבערלעבונגען פֿון אימיגראַנטן האָט ד״ר האַן אױסגעפֿרעגט זײערע דערװאַקסענע קינדער. האָט זיך אַרױסגעװיזן, אַז אַ היפּשע צאָל עלטערן האָבן כּמעט גאָר ניט דערצײלט זײערע קינדער װעגן זײער לעבן אין דער אַלטער הײם. האַן טײַטשט דאָס דאָזיקע שװײַגן אױס װי אַ סימן פֿון אַ דערשטיקטער פּסיכאָלאָגישער טראַװמע, װאָס מען האָט לאַנגע יאָרן ניט געקענט גובֿר זײַן. דאָס רובֿ אימיגראַנטן האָבן פֿאַרגעדענקט זײערע קינדער־יאָרן אין אַ שטעטל װי די צײַט פֿון ביטערער אָרעמקײט, גװאַלדטאַטן און רדיפֿות. די דאָזיקע טראַװמאַטישע דערפֿאַרונגען זײַנען געװען ספּעציעל שאַרף און ביטער פֿאַר יענע אימיגראַנטן, װאָס זײַנען געקומען קײן אַמעריקע אָנהײב 1920ער יאָרן נאָך די שרעקלעכע איבערלעבונגען פֿון דער ערשטער װעלט־מלחמה און דעם רוסישן בירגערקריג.

דאָס רובֿ אינפֿאָרמאַנטן זײַנען געװען זיכער, אַז זײערע עלטערן האָבן שװער געליטן אין מזרח־אײראָפּע און האָבן ניט געבענקט נאָך דער אַלטער הײם. די עלטערן האָבן זײ װײניק דערצײלט װעגן זײער שטעטל און דער משפּחה, װאָס זײ האָבן דאָרט איבערגעלאָזט. מסתּמא האָבן די עלטערן געהאַלטן, אַז דאָס לעבן אין אַמעריקע איז ביז גאָר אַנדערש פֿון מזרח־אײראָפּע, און די קינדער װעלן פּשוט גאָר ניט פֿאַרשטײן.

די הערשנדיקע שטימונג צװישן אַמעריקאַנער ייִדן איז אין יענע יאָרן געװען װײַט פֿון װאָסער ניט איז נאָסטאַלגיע. די ייִדישע עפֿנטלעכע אינסטיטוציעס און צײַטונגען, פֿאָרװערטס בתוכם, האָבן דערמוטיקט נײַ־געקומענע אימיגראַנטן זיך צו אַסימילירן װאָס גיכער אין אַמעריקע און פֿאַרגעסן אָן דער אַלטער הײם. מען האָט ספּעציעל באַטאָנט די נעגאַטיװע אַספּעקטן פֿונעם לעבן אין מזרח־אײראָפּע, בפֿרט די פּאָגראָמען.

אָבער דאָס לעּבן אין אַמעריקע איז װײַט ניט געװען גרינג פֿאַר פּראָסטע שטעטלדיקע ייִדן. די עקאָנאָמישע דעפּרעסיע אין די 1930ער יאָרן איז געװען אַ שװערער קלאַפּ ספּעציעל פֿאַר די, װאָס זײַנען געקומען אין די 1920ער יאָרן און האָבן נאָך ניט געפֿונען קײן פֿעסטן אָרט אין אַמעריקע. זײער סבֿיבֿה איז פֿאַרבליבן די הײמישע, און זײער לעבן האָט זיך געדרײט אַרום דער לאַנדסמאַנשאַפֿט, װאָס האָט זײ געדינט װי אַ במקום פֿאַר זײער שטעטל.

װי װאָרהאַפֿטיק זײַנען די דערצײלונגען פֿון קינדער װעגן זײער עלטערנס לעבן אין מזרח־אײראָפּע? ד״ר האַן איז א ביסל סקעפּטיש: „װאָלט איך געקענט שמועסן מיט די עלטערן, װאָלטן אַ סך פֿון זײ מסתּמא געהאַט אַ מער ניואַנסירטן קוק אױף זײער עבֿר אײדער זײערע קינדער‟. די באַציִונג פֿון אימיגראַנטן צו דעם עבֿר איז געװען ניט קײן אײנדײַטיקע, אָבער די דאָזיקע אַמביװאַלענץ איז געװען שװער צו דערקלערן צו די אַמעריקאַנער קינדער. פֿון אײן זײַט האָבן די אימיגראַנטן באַשטאַנען, אַז דאָס לעבן אין דער אַלטער הײם איז געװען שװער און ביטער, אָבער פֿון דער אַנדערער זײַט האָבן זײ געבענקט נאָך זײער משפּחה און דער הײמישקײט פֿונעם שטעטל. פֿאַר די קינדער איז געװען גרינגער צו פֿאַרשטײן דעם נעגאַטיװן צד, דלות און רדיפֿות, אײדער אױסצומאָלן פֿאַר זיך די משפּחה און די לאַנדשאַפֿטן, װאָס זײ האָבן קײן מאָל ניט געזען.

אַ היפּשע צאָל ייִדישע אימיגראַנטן האָבן געליטן פֿון אַ טאָפּלטער טראַװמאַטישער דערפֿאַרונג, צו ערשט אין דער אַלטער הײם און דערנאָך אין אַמעריקע. דאָס האָט איבערגעלאָזט טיפֿע שפּורן אױף די יונגע נשמות פֿון זײערע קינדער. אָפֿטמאָל האָבן די אימיגראַנטן געליטן פֿון דעפּרעסיע, און די קינדער האָבן געמוזט יונגערהײט איבערנעמען אַחריות פֿאַר זײערע עלטערן. אײנער אַן אינפֿאָרמאַנט האָט געזאָגט, אַז ער איז געװאַקסן „אינעם שאָטן פֿונעם שטעטל‟ און האָט כּסדר געמוזט איבערלעבן די יסורים, װאָס זײַן מאַמע האָט געליטן װי אַ קלײן מײדל.

ד״ר האַן קומט צום אױספֿיר, אַז די טראַװמאַטישע דערפֿאַרונג פֿון דעם ערשטן דור מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן, װאָס זײַנען געקומען קײןּ אַמעריקע מיט דער מאַסן־כװאַליע צװישן 1880 און 1924, איז פֿאַרבליבן דערשטיקט אינעם קאָלעקטיװן זכּרון פֿון אַמעריקאַנער ייִדן. די סיבות דערצו זײַנען צװיי: ערשטנס, האָבן די אימיגראַנטן אַלײן ניט געװאָלט רעדן װעגן דעם, װײַל די קולטור פֿון יענער צײַט האָט דאָס ניט דערמוטיקט. און צװײטנס, האָט די ריזיקע קאָלעקטיװע טראַװמע פֿונעם חורבן אַזױ װי פֿאַרשאָטן די פֿריִערדיקע טראַװמאַטישע דערפֿאַרונגען.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.