אַ געלעגנהייט צו הערן סוצקעווערס פּראָזעלידער אויף ייִדיש און ענגלישOpportunity to hear Sutzkever‘s prose poems in Yiddish and English
שלום בערגער וועט פֿאָרלייענען אויסצוגן פֿון ווערק וואָס ער האָט איבערגעזעצט, און די אַקטריסע מרים־חיה סגל וועט זיי פֿאָרלייענען אויף ייִדיש.

Image by Yiddish Book Center
ביז לעצטנס האָבן די לייענער פֿון ענגליש געהאַט ווייניק צוטריט צו אַבֿרהם סוצקעווערס פּראָזע־ווערק אַזוי ווי „די נבֿואה פֿון שוואַרצאַפּל“, „גרינער אַקוואַריום“ און „דאָרטן, וווּ עס נעכטיקן די שטערן“, וואָס פֿאַרווישן די גרענעצן צווישן פּראָזע און פּאָעזיע , זכרונות, רעפּאָרטאַזש און בעלעטריסטיק. אַ דאַנק שלום בערגערס נײַעם באַנד איבערזעצונגען קען דער ברייטער עולם זיך דערוויסן וועגן סוצקעווערס „פּראָזע־לידער“ און קורצע דערציילונגען, וואָס זענען פֿריִער אָדער ניט־איבערגעזעצט געוואָרן, אָדער בלויז בנימצא אין פֿאַרשידענע אַנטאָלאָגיעס.
מיטוואָך, דעם 24סטן מאַרץ, 7:00 אין אָוונט ניו־יאָרקער צײַט, וועט „קווינס־אוניווערסיטעט“ אין קינגסטאָן, אָנטעריאָ, טראַנסמיטירן אַ צוויי־שפּראַכיקע פֿאָרלייענונג פֿון סוצקעווערס פּראָזע־ווערק. אין דער פּראָגראַם, „קושן דורכן גלאָז: די פּראָזע־לידער פֿון אַבֿרהם סוצקעווער ווי אַ קאָנסטרוקטיוון אָפּרוף אויף טראַגעדיע“, וועט שלום בערגער פֿאָרלייענען פֿון זײַנע איבערזעצונגען אויף ענגליש און די ייִדישע אַקטריסע און זינגערין מרים־חיה סגל וועט פֿאָרלייענען די אָריגינעלע ייִדישע טעקסטן. שלום בערגער וועט אויך רעדן וועגן סוצקעווערס לעבן און דער איינגאַרטיקייט פֿונעם לשון אין זײַנע פּראָזע־ציקלען.
די פּראָגראַם איז בחינם. כּדי זיך צו פֿאַרשרײַבן, גיט אַ קוועטש דאָ.
ס׳איז כּדאַי צו דערמאָנען, אַז כאָטש די ענגליש־שפּראַכיקע ליטעראַרישע וועלט נעמט איצט אָן סוצקעווערס פּראָזע־ווערק ווי אַ נײַע אַנטדעקונג, האָבן פֿאָרשער שוין פֿון לאַנג שטאַרק אָפּגעשאַצט די דאָזיקע דערציילונגען. רות ווײַס האָט, למשל, געשריבן איר מאַגיסטער־טעזיס וועגן „גרינער אַקוואַריום“ אין 1961 און שפּעטער געשריבן אַ הקדמה צום באַנד, וואָס איז אַרויס אויף ייִדיש און אויף ענגליש אין איר אייגענער איבערזעצונג.
מע קען, דרך־אַגבֿ, אַחוץ ענגליש און העברעיִש, אויך לייענען סוצקעווערס פּראָזע אויף אַנדערע שפּראַכן. אין 2017 איז אַרויס „גרינער אַקוואַריום“ אויף דעניש און דאָס בוך קען מען אויך קריגן אויף רוסיש, און פֿראַנצייזיש.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
