Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: אַ ייִדישע „סעראַנאַדע“ מיט אַ דזשעז־טעםWATCH: A Yiddish serenade with a jazzy sound

פֿראַדל שטאָקס עראָטיש ליד קלינגט פֿריש אין לויקאַ טשאַטשקיס נײַער קאָמפּאָזיציע.

לויקאַ טשאַטשקיס, אַ פֿראַנצויזישע ייִדישע זינגערין וואָס אירע משפּחה־וואָרצלען זענען אין פּוילן און אַרגענטינע, און וואָס איז אַליין אויפֿגעוואַקסן אין ווענעזועלע, זינגט שוין פֿון לאַנג אומדערוואַרטע לידער.

עטלעכע יאָר האָט זי געפֿאָרשט די טאַנגאָס, וואָס ייִדן האָבן געזונגען אין די געטאָס און לאַגערן פֿון מיזרח־אייראָפּע און זי האָט זיי געזונגען איבער גאָר דער וועלט. וועגן דעם האָט זי גערעדט מיטן פּסיכאָלאָג און ראַדיאָ־פּערזענלעכקייט מאַקס כּהן אין אַ ווידעאָ־אינטערוויו פּראָדוצירט דורכן פֿאָרווערטס אין 2012.

די וואָך האָט טשאַטשקיס אַרויסגעלאָזט נאָך אַ ליד פֿון אַ זעלטענעם זשאַנער. כאָטש אויף ייִדיש זענען פֿאַראַן ראָמאַנטישע און אַפֿילו עראָטישע לידער ,זענען דאָ ווייניק מענטשן, וואָס קאָמפּאָנירן הײַנט מוזיק צו זיי. אין איר נײַעם ווידעאָ זינגט זי איר פֿרישע קאָמפּאָזיציע, אַ דזשעז־ליד געשפּילט אויף דער גיטאַר. מע דאַרף ניט קענען קיין ייִדיש צו כאַפּן, אַז דאָס ליד האָט אַ ראָמאַנטישן טעם. אַז מע הערט זיך אָבער צו צום טעקסט פֿון „סערענאַדע“, געשריבן פֿון דער פּאָעטעסע פֿראַדל שטאָק, דערוויסט מען זיך ווי אומגעוויינטלעך עס איז דאָס ליד. לויט די הײַנטיקע סטאַנדאַרטן פֿון דער אַמעריקאַנער פּאָפּמוזיק איז עס, פֿאַרשטייט זיך, זייער מילד. אָבער פֿאַר אַ ייִדישן טעקסט פֿון 1910 איז עס געווען ממש סקאַנדאַליעז.

פֿראַדל שטאָק, וואָס איז דעמאָלט געווען 22 יאָר אַלט, האָט טאַקע געמאַכט איר ליטעראַרישן דעביוט מיטן ליד „סערענאַדע“. זי איז געווען ספּעציעל באַקאַנט פֿאַרן שרײַבן סאָנעטן און אַנדערע לידער מיט שטאַרק באַגרענעצטע מעטערס. אַ סך באַרימטע ליטעראַרטן, איבערהויפּט יעקבֿ גלאַטשטיין און יוסף אָפּאַטאָשו, האָבן געהאַלטן פֿון איר אַ וועלט אָבער זי האָט געהאַט ווייניק צוטרוי צו זיך. נאָך דעם ווי איר זאַמלונג פֿון 38 דערציילונגען וואָס איז אַרויס 1919 איז שטאַרק קריטיקירט געוואָרן אין דער ייִדישער פּרעסע, האָט זי אַ לאַנגע צײַט אויפֿגעהערט צו שרײַבן. זי האָט אַרויסגעלאָזט איין ראָמאַן אויף ענגליש אין די סוף־1920ער יאָרן אָבער די קריטיקער האָבן אים קוים באַמערקט.

לאַנגע יאָרן האָט קיינער אין דער ניו־יאָרקער ליטעראַרישער וועלט ניט געהערט פֿון איר, האָבן זיך פֿאַרשפּרייט קלאַנגען, אַז זי איז באַגאַנגען זעלבסטמאָרד אָדער שמאַכט ערגעץ־וווּ אין אַ משוגעים־הויז. אַ סך פֿאָרשער האָבן טאַקע געמיינט אַז זי איז געשטאָרבן אין אַ סאַנאַטאָריע. ערשט אין 2002, האָט מען אַנטדעקט אַז אַב. קאַהאַן, דער רעדאַקטאָר פֿונעם פֿאָרווערטס, האָט אין 1942 באַקומען אַ בריוו פֿון איר צוזאַמען מיט אַ נײַער דערציילונג, „אַ סוחר פֿון פֿעל“, וואָס איז טאַקע אַרויס אין דער צײַטונג אונטער איר נאָמען. אינעם בריוו האָט שטאָק דערקלערט, אַז זי האָט זיך באַזעצט אין קאַליפֿאָרניע און האָט איצט אַ נײַעם נאָמען. מע מיינט אַז זי איז געשטאָרבן אין 1952 אָבער וועגן דעם איז קיינער ניט זיכער.

הײַנט באַטראַכט מען שטאָקס דערציילונגען, וואָס אַ סך פֿון זיי שילדערן די עראָטישע דערוועקונג פֿון שטעטלדיקע פֿרויען, ווי אויסגעצייכנטע ווערק. אַ דאַנק דער שיינער נײַער קאָמפּאָזיציע פֿון לויקאַ טשאַטשקיס, וועלן אירע לידער אפֿשר געפֿינען אַ נײַעם עולם.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.