Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

באָסניער ייִדן געדענקען לאַדינאָ־זינגערין פֿלאָרי יאַגאָדאַ ווי אַ היגער ראָקשטערןBosnian Jews remember Ladino singer Flory Jagoda as a homegrown rock star

אירע לידער האָבן אינספּירירט די אָרטיקע ייִדן ווידער אויפֿצולעבן זייערע מוזיקאַלישע טראַדיציעס.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש

פֿלאָרי יאַגאָדאַ — די סאַראַיעוואָ־געבוירענע ספֿרדישע זינגערין, וואָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן און יאָרן לאַנג געהאָלפֿן פּאָפּולאַריזירן די דזשודעזמע־מוזיק, איז אין יאַנואַר אַוועק אין דער אייביקייט.

יאַגאָדאַ איז געווען אַ לעבן־לאַנגע ליבהאָבערין פֿון איר מוטערשפּראַך, דזשודעזמע (אויך באַקאַנט ווי לאַדינאָ). „מיר האָבן ניט בלויז פֿאַרלוירן אַ דזשודעזמע־רעדנערין אין אירע 90ער יאָרן, נאָר אַ ספֿרדישע מאַטריאַרך, וועמען מע באַטראַכט ווי די ׳נונה׳ (׳נאָנאַ׳ — באָבע) פֿון דער לאַדינאָ־שפּראַך,“ האָט דערקלערט ברײַען קירשן, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון דזשודעזמע בײַם בינגאַמטאָן־אוניווערסיטעט אין ניו־יאָרק. „דורך איר מוזיק, האָט זי באַקענט די וועלט מיט איר שפּראַך“.

בעת איר קאַריערע, האָט זי אַרויסגעלאָזט עטלעכע אַלבאָמען טראַדיצאָנעלע ספֿרדישע מוזיק. איר באַקאַנטסט ליד איז אָבער ניט קיין פֿאָלקסליד, נאָר איינס וואָס זי האָט אַליין געשאַפֿן: דער חנוכּה־שלאַגער „אוג׳ו קאנדיליקאס“ („אָטשאָ קאַנדעליקאַס“ — אַכט ליכטלעך), וואָס זי האָט מחבר געווען ווען זי איז שוין געווען אין אירע 60ער.

„פֿאַר אירע אַלבאָמען, האָט בכלל ניט עקסיסטירט אַזאַ זאַך ווי קאָמערציעלע ספֿרדישע מוזיק, זיכער ניט אין יוגאָסלאַוויע,“ האָט געזאָגט ד׳׳ר אליעזר פּאַפּאָ, יאַגאָדאַס אַ בן־עיר וואָס איז הײַנט דער דירעקטאָר פֿונעם „צענטער פֿאַר דזשודעזמע־קולטור אויפֿן נאָמען פֿון משה דוד גאון“ בײַם בן־גוריון־אוניווערסיטעט, בעת אַן אינטערוויו. „זי האָט פֿאַרוואַנדלט די באָסנישע ספֿרדישע מוזיקאַלישע טראַדיציע פֿון עפּעס וואָס מע האָט בלויז געהערט בײַ זיך אין דער היים אין עפּעס וואָס מע האָט געזונגען פֿאַרן ברייטן עולם“.

אַ יוגנט פֿון טרויער און געזאַנג

Flori Yagoda

פֿלאָרי יאַגאָדאַ

פֿלאָרי יאַגאָדאַ (פֿון דער היים: פֿלאָרי פּאַפּאָ) איז געבוירן געוואָרן בײַ אַ סאַראַיעווער ייִדישער משפּחה אין 1923. צו יענער צײַט האָט די שטאָט זיך געפֿונען אינעם קיניגרײַך פֿון די סערבן, קראָאַטן און סלאָווענער אָבער באַלד האָט מען געביטן דעם לאַנדס נאָמען אויף יוגאָסלאַוויע.

כאָטש ד׳׳ר פּאַפּאָ און פֿלאָרי שטאַמען פֿון דער זעלביקער שטאָט און פֿון משפּחות מיטן זעלביקן פֿאַמיליע־נאָמען, זענען זיי ניט קיין קרובֿים.

„עס זענען געווען 268 פֿאַמיליעס מיטן נאָמען פּאַפּאָ אין סאַראַיעוואָ [פֿאַרן חורבן],“ האָט ד׳׳ר פּאַפּאָ געזאָגט. „געוויינטלעך, אויב עמעצער טענהט אַז ער איז אַ סאַראַיעווער ייִד און ער הייסט ניט פּאַפּאָ, און זײַן מאַמע אָדער באָבע האָט ניט געהייסן פּאַפּאָ, צי כאָטש עפּעס אַ פֿעטער צי מומע, איז ער מסתּמא ניט באמת קיין סאַראַיעווער,“ האָט ד׳׳ר פּאַפּאָ זיך געוויצלט.

ווען יאַגאָדאַ איז געבוירן געוואָרן, האָבן די ייִדן באַטראָפֿן אַ פֿינפֿטל פֿון דער אָרטיקער באַפֿעלקערונג און ס׳רובֿ סאַראַיעווער ייִדן זענען געווען ספֿרדישע. (אַ קליינע צאָל אַשכּנזים האָבן זיך געהאַט באַזעצט אין דער שטאָט צווישן 1878 און 1914, ווען זי האָט געהערט צו דער עסטרײַך־אונגערישער אימפּעריע). די ספֿרדישע וועלט פֿון סאַראַיעוואָ איז אָבער צעשטערט געוואָרן דורך די דײַטשן און זייערע קראָאַטישע מיטהעלפֿערס — די אוסטאַשע.

ווען די דײַטשן האָבן פֿאַרכאַפּט יוגאָסלאַוויע אין 1941, האָבן זיי געשאַפֿן אַ מאַריאָנעטן־רעגירונג, „די אומאָפּהענגיקע קראָאַטישע מלוכה“ מיט דער אוסטאַשע־פּאַרטיי און איר פֿירער אַנטע פּאַוועליטש בראָש. דער רעזשים האָט זיך באַצויגן צו די ייִדן און ציגײַנער אויפֿן זעלבן מערדערישן שטייגער ווי די נאַציס און אויך גערודפֿט די אָרטיקע סערבן.

ווי אַ קינד, האָט יאַגאָדאַ שוין געהאַט אַ חוש פֿאַר מוזיק. בעת אַ רעדע בײַם וואַשינגטאָנער חורבן־מוזיי, האָט זי דערמאָנט אַז זי האָט איין מאָל פּרובירט צו באַזוכן איר מוזיק־לערער, אָבער מע האָט זי ניט געלאָזט אַרײַנגיין, ווײַל זי האָט געטראָגן אַ לאַטע מיטן אות Z, — אַן אָנווײַז, אַז זי איז אַ ייִדישע.

אונטער די אוסטאַשע, זענען מער ווי 10,000 פֿון די 12,000 סאַראַיעווער ייִדן אומגעבראַכט געוואָרן, דאָס רובֿ אינעם טויטלאַגער יאַסענאָוואַץ, די אַזוי־גערופֿענע „באַלקאַנער אוישוויץ“. אַ דאַנק אירע עלטערן, אָבער, איז יאַגאָדאַ געבליבן לעבן. איידער די דײַטשן האָבן אינוואַדירט, איז די משפּחה שוין געהאַט אַנטלאָפֿן קיין זאַגרעב, די דעמאָלטיקע הויפּטשטאָט. פֿון זאַגרעב האָבן זיי פֿאַרשיקט יאַגאָדאַ מיט דער באַן קיין ספּליט, אַ שטאָט בײַם ים וואָס איז געווען אונטער דער איטאַליענישער ממשלה. יאַגאָדאַ האָט געהאַלטן מיט זיך געפֿעלשטע פּאַפּירן, מע זאָל ניט וויסן אַז זי איז אַ ייִדישע. בעת דער באַן־נסיעה האָט זי די גאַנצע צײַט געשפּילט אַקאָרדעאָן. זי האָט געהאַלטן, אַז דאָס האָט געראַטעוועט איר לעבן: קיינער האָט ניט קאָנטראָלירט אירע דאָקומענטן אָדער געבעטן בײַ איר קיין בילעט, ווײַל די וועכטער און די אַנדערע פּאַסאַזשירן האָבן אַלע מיטגעזונגען. אין ספּליט האָט זי זיך ווידער געטראָפֿן מיט אירע עלטערן. די משפּחה האָט זיך אויסבאַהאַלטן אין די קראָאַטישע אינדזלען און דערנאָך אין איטאַליע. דאָרטן האָט זי זיך באַקענט מיט איר צוקונפֿטדיקן מאַן, אַן אַמעריקאַנער סאָלדאַט — הערי יאַגאָדאַ, און זי האָט זיך מיט אים באַזעצט אין אַמעריקע.

בײַ די יוגאָסלאַווער ייִדן — אַ ראָקשטערן

כאָטש ס׳איז פֿאַרבײַ 80 יאָר זינט פֿלאָרי יאַגאָדאַ האָט געוווינט אין סאַראַיעוואָ, האַלטן איר די אָרטיקע ייִדן פֿאַר אַן אייגענער. נאָך צוויי וועלט־מלחמות, דעם חורבן, און די יוגאָסלאַווער מלחמות פֿון די 1990ער יאָרן, בעת וועלכע סאַראַיעוואָ איז במשך פֿון פֿיר יאָר באַלאַגערט געוואָרן, באַשטייט הײַנט דער ייִדישער ציבור פֿון קוים 500 נפֿשות.

ד׳׳ר פּאַפּאָ האָט דערמאָנט די ווירקונג וואָס יאַגאָדאַס מוזיק האָט געהאַט, ווען די סאַראַיעווער ייִדן האָבן זי לכתּחילה אַנטדעקט. „איידער ׳קאנטיקאס די מי נונה׳ (׳קאַנטיקאַס דע מי נאָנאַ׳ — דער באָבעס לידער), וואָס איז געווען איר ערשטער אַלבאָם, האָט מען אפֿשר געהערט אַ דזשודעזמע־ליד אויף עפּעס אַן עפֿנטלעכן סדר אָדער איין מאָל אין אַ יובֿל בײַ אַלטע מומעס אָדער באָבעס“, האָט ד׳׳ר פּאַפּאָ געזאָגט. „פֿאַר פֿלאָרי, אָבער, האָט מען ניט געזען, אַז אַ יונגער ייִד זאָל שפּילן גיטאַר און זינגען אַ לאַדינאָ־ליד. קאָנצערטן פֿון ספֿרדישער מוזיק? ניט געווען אַזאַ זאַך.“

צו יענער צײַט זענען שוין געווען אַ פּאָר ראָק־קאַפּעליעס אין יוגאָסלאַוויע אָבער די פּאָפּולערע מוזיק איז מערסטנס אימפּאָרטירט געוואָרן פֿון אַמעריקע.

„יעדער איינער האָט געשפּילט דזשעז, ראָק און פּאָנק און פּלוצלינג דערוויסט מען זיך, אַז אין אַמעריקע הערט מען זיך אויך צו צו דער באָסנישער ספֿרדישער מוזיק“, האָט פּאַפּאָ געזאָגט. „איך מיין אַז מיר האָבן געדאַרפֿט זען, אַז זי איז פּאָפּולער אין אַמעריקע, כּדי צו האַלטן, אַז אונדזער אייגענע מוזיק איז געווען כּדאַי צו שפּילן פֿאַרן ברייטן עולם“.

וואָס שייך דעם דור וואָס איז אויפֿגעוואַקסן אין די 1990ער יאָרן, איז יאַגאָדאַס מוזיק שוין געווען אומעטום און האָט מיט זיך פֿאָרגעשטעלט אַ וויכטיקע פֿאַרבינדונג צו דער פֿאַרלוירענער וועלט פֿון זייערע עלטערן און באָבע־זיידעס.

„מיר זענען אויפֿגעוואַקסן מיט די לידער וואָס זי האָט קאָמפּאָנירט און געזונגען“, האָט געזאָגט איגאָר קאָזעמיאַקין, דער חזן פֿון דער סאַמע לעצטער שיל אין סאַראַיעוואָ. „איר מוזיק האָט אונדז באַגלייט אויף אַלע אונטערנעמונגען“.

בײַ קאָזעמיאַקין, האָט יאַגאָדאַס מוזיק געשאַפֿן אַ פֿאַרבינדונג צווישן זײַן דור און דעם פֿאַרמלחמהדיקן ייִדישן לעבן. „אַז מע האָט זיך צוגעגעהערט צו אירע לידער, האָט מען געקענט פֿילן, ווי ס׳איז געווען צו וווינען אין אַ גרויסן ספֿרדישן ציבור, ווען עס וואָלט נישט פֿאָרגעקומען דער חורבן,“ האָט ער געזאָגט. „זי איז אויך געווען אונדזער אַמבאַסאַדאָרין, ניט בלויז ווי ספֿרדישע ייִדן, נאָר זי האָט פֿאַרקעפּערט אַן אייגנאַרטיקע יוגאָסלאַווער ייִדישע קולטור און געוויזן דער וועלט ווי אַזוי עס האָט אויסגעזען און ווי אַזוי עס האָט געקלונגען.“

וולאַדאָ אַנדערלע, נאָך אַ סאַראַיעווער ייִד, געדענקט ווי מע האָט זיך צוגעהערט צו יאַגאָדאַס מוזיק אין דער אָרטיקער ייִדישער זונטיקשול בשעת דער באַלאַגערונג פֿון דער שטאָט (1992 ביז 1996). בײַ אים איז די מוזיק געווען אַן אָאַזיס פֿון רויִקייט. „איך קען הײַנט ניט געדענקען אַלצדינג וואָס מיר האָבן געטאָן אין דער זונטיקשול“, האָט אַנדערלע געזאָגט. „אָבער איך געדענק יאָ די קלאַנגען פֿון פֿלאָרי יאַגאָדאַ.“ אין יענע יאָרן האָט יאַגאָדאַ אַליין געשטרעבט צו העלפֿן די ייִדן אין יוגאָסלאַוויע, אַ לאַנד וואָס האָט זיך געהאַלטן אין צעברעקלען.

איידער ס׳זענען אויסגעבראָכן די יוגאָסלאַווער מלחמות, איז יאַגאָדאַ צוריקגעפֿאָרן קיין סאַראַיעוואָ אין 1985 און דאָרטן אויפֿגעטראָטן ווי אַ טייל פֿון אַ נאַציאָנאַלן טור. איר גאַטסראָלירן זיך האָט געהאַט אַ גרויסע השפּעה אויף כאָטש איין אָרטיקער ייִדישער משפּחה. רענאַטאָ קאַמהי, וואָס שפּילט אין דער קאַפּעליע „לאַדינאָ־אַנסאַמבל“, האָט דערציילט אַז זײַן פֿאָטער, ראַשאָ קאַמהי, האָט געגרינדעט די קאַפּעליע באַלד נאָך דעם וואָס ער איז געפֿאָרן אויף יאַגאָדאַס אַ קאָנצערט אין סאַראַיעוואָ.

„זײַן משפּחה איז געווען דורכויס אַ ספֿרדישע אָבער צו יענער צײַט האָט זי מערסטנס גערעדט סערבאָקראָאַטיש אַנשטאָט דזשודעזמע“, האָט רענאַטאָ געזאָגט. „נאָך דעם וואָס ער איז אַהיימגעקומען פֿונעם קאָנצערט, האָט ער זיך געכאַפּט, אַז ער מוז שפּילן די ספֿרדישע מוזיק און ער האָט זיך אָנגעהויבן לערנען אירע לידער“.

במשך פֿון איין יאָר, האָט ראַשאָ קאַמהיס „לאַדינאָ־אַנסאַמבל“ שוין אָנגעהויבן שפּילן אויף קאָנצערטן און פֿינף יאָר שפּעטער האָט ער גאַסטראָלירט איבער גאַנץ יוגאָסלאַוויע.

אַז ראַשאָס קינדער זענען עלטער געוואָרן, האָט ער זיי אַרײַנגענומען אין דער קאַפּעליע און זיי שפּילן עד־היום צוזאַמען ווי אַ משפּחה־אַנסאַמבל.

„זי איז געווען זײַן אינספּיראַציע,“ האָט רענאַטאָ קאַמהי געזאָגט. „און ער האָט דאָס אונדז איבערגעגעבן“.

יאַגאָדאַ האָט געהאַט אַ שטאַרקע ווירקונג אויף נאָך אַ באָסנישן מוזיקער, וולאַדימיר מיקאָוויק. כאָטש מיקאָוויק שטאַמט ניט פֿון קיין ייִדישער משפּחה, האָט ער זיך פֿאַרליבט אין דער באָסנישער ספֿרדישער מוזיק. ער האָט געהאַט די געלעגנהייט צו שפּילן צוזאַמען מיט יאַגאָדאַ בעת איר באַזוך אין סאַראַיעוואָ אין 2010.

„נאָך אונדזער קאָנצערט, האָט זי מיר געזאָגט, אַז איך זינג די לידער מיטן זעלביקן ברען ווי איר ׳טיאה׳ (׳טיִאַ׳/מומע) לונאַ פֿאַר דער צווייטער וועלט־מלחמה“, האָט מיקאָוויק געזאָגט. „הערנדיק דאָס איז בײַ מיר געווען די וויכטיקסטע זאַך. איך האָב פֿאַרשטאַנען, אַז איך בין אַ טייל פֿון עפּעס גרעסערס — דאָס אויפֿהאַלטן די דאָזיקע מוזיקאַלישע און לינגוויסטישע טראַדיציע, וואָס איז כּמעט פֿאַרלוירן געגאַנגען אין די באַלקאַנען“.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.