Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

משה רבינוס קליינער אַלףMoshe’s small aleph

צי זענען די אומגעוויינטלעכע תּורה־אותיות אַ טייל פֿון דער תּורה־שבכּתבֿ אָדער שבעל־פּה?

דאָס ערשטע וואָרט איז דער הײַנטיקער פּרשה, „ויקראָ‟, ווערט אין דער ספֿר־תּורה פֿאַרשריבן מיטן אַן אומגעוויינטלעך קליינעם אַלף, וואָס דינט ווי אַן אומאויסשעפּלעכער קוואַל פֿון כּלערליי פּירושים.

„ויקראָ‟ מיינט „און ער האָט גערופֿן‟ – דהײַנו, דער אייבערשטער האָט זיך געווענדט צו משה רבינו. צוליב דער קליינער מאָס פֿונעם אַלף, קאָן זיך שאַפֿן דער אײַנדרוק, אַז דער אייבערשטער האָט זיך „פּלוצעם געיאַוועט‟ — „ויקר‟ צו משהן. פּונקט אַזוי שטייט טאַקע געשריבן וועגן דעם אייבערשטנס אַנטפּלעקונג צו בלעם: „ויקר אלקים אל בלעם‟.

די מפֿרשים דערקלערן, אַז דער קליינער אַלף איז מרמז אויפֿן קאָנטראַסט צווישן די דאָזיקע צוויי נבֿיאים. בלעם איז אויך געווען אַ גרויסער נבֿיא, אָבער זײַן נבֿואה האָט אויף אַ פּאַראַדאָקסאַלן אופֿן געשטאַמט פֿון דער סיטרא־אַחרא, פֿון בייזע כּוחות.

די קאָמענטאַטאָרן זענען מסביר, אַז צוליב זײַן גרויס עניוות האָט משה צוערשט געוואָלט אָנשרײַבן אין דער תּורה טאַקע „ויקר‟ — מיינענדיק, אַז קיין אייגענע פֿאַרדינסטן האָט ער נישט צו ווערן אַ נבֿיא, אַז ס׳איז פּשוט אַזוי געשען, ווי אינעם פֿאַל פֿון בלעם, אַז דער אייבערשטער האָט אים אויסגעקליבן אויסצופֿירן אַ גרויס שליחות. ווי באַלד דער באַשעפֿער האָט אים געהייסן צוצוגעבן דעם אַלף, האָט משה געפֿאָלגט, אָבער געמאַכט דעם אות פּיצל־קליין.

בסך־הכּל, געפֿינען זיך אינעם תּנ״ך אַרום 100 אומגעוויינטלעכע אותיות, על־פּי רובֿ אינעם חומש. אַ טייל פֿון זיי זענען קליין, אַ טייל — גרויס, אַ טייל האָבן אַ געוויינטלעכע מאָס, אָבער „הענגען‟ איבער דער שורה. צוויי פּסוקים אין דער פּרשה „בהעלותך‟ ווערן אויסגעטיילט מיט צייכנס, וואָס זעען אויס ווי אַן איבערגעקערטער „נון‟. די זעלבע סימבאָלן טרעפֿן זיך עטלעכע מאָל אין תּהילים. ס׳זעט אויס, אַז זיי שטעלן מיט זיך פֿאָר ספּעציעלע פּונקטואַציע־צייכנס. הרבֿ שאול ליבערמאַן, אַ באַקאַנטער פֿאָרשער פֿונעם דאָזיקן ענין, האָט באַמערקט, אַז אַן ענלעכער סימן טרעפֿט זיך אויך אין אַלטע גריכישע טעקסטן.

טראַדיציאָנעל גלייבט מען, אַז אַלע אומגעוויינטלעכע אותיות האָט משה רבינו מקבל געווען אויפֿן באַרג סיני. די מעשׂה, אַז ער האָט אַליין באַשלאָסן צו בײַטן די מאָס פֿונעם אַלף, איז אָבער מרמז, אַז דאָ שטעקט אויך אַ מענטשלעכער עלעמענט. אין די מגילת־ים־המלח זענען אַזעלכע אומגעוויינטלעכקייטן נישטאָ; אין די עלטסטע אָפּגעהיטע חומשים פֿונעם 10טן יאָרהונדערט — דער אַלעפּאָ־קאָדעקט און דער לענינגראַדער קאָדעקס — זענען זיי יאָ פֿאַראַן. שמואל־דוד לוצאַטו, אַ באַרימטער איטאַליענישער חכם פֿונעם 18טן יאָרהונדערט, האָט זיך משער געווען, אַז דער קליינער אַלף העלפֿט די סופֿרים נישט צו מאַכן קיין טעות און נישט צו פֿאַרגעסן עס צו פֿאַרשרײַבן, ווײַל דאָס נאָכפֿאָלגנדיקע וואָרט הייבט זיך אָן אויך מיט אַן אַלף. צוליב דעם חילוק אין דער מאָס זעט מען קלאָר, אַז זיי זענען צוויי באַזונדערע אותיות. עס קאָן זײַן, אַז די בעלי־מסורה האָבן אין דער פֿריִיִקער מיטל־עלטער אײַנגעפֿירט אַזאַ מינהג, כּדי די סופֿרים זאָלן ריכטיק קאָפּירן דעם טעקסט.

אין אַ סך אַנדערע פֿאַלן איז דער באַדײַט פֿון אַזעלכע אומגעוויינטלעכער אותיות גאַנץ קלאָר. למשל, דער גאַנצער חומש הייבט זיך אָן מיט אַ גרויסן „בית‟ אינעם וואָרט „בראשית‟; הגם אינעם ייִדישן אַלף־בית איז נישטאָ קיין חילוק צווישן גרויסהאַנטיקע און קליינהאַנטיקע אותיות, טרעפֿן זיך גרויסע אותיות אָפֿטמאָל אינעם סאַמע אָנהייב פֿון ייִדישע כּתבֿ־ידן. ס׳איז אויך פֿאַרשטענדלעך דער גרויסער עמפֿאַטישער „עין‟ אינעם ערשטן וואָרט פֿון דער פֿראַזע „שמע ישׂראל‟.

עס קאָן זײַן, אַז דווקא צוליב דער דערמאָנטער מעשׂה וועגן משה רבינו, וואָס די בעלי־מסורה האָבן באַקומען בעל־פּה, האָבן זיי באַשלאָסן צו פֿאַרקלענערן דעם אַלף אין די ספֿר־תּורהס. אויב אַזוי, באַקומט זיך אַן אינטערעסאַנטער פּאַראַדאָקס: הגם די אומגעוויינטלעכע אותיות געפֿינען זיך אינעם תּנ״ך און זענען ממילא אַ טייל פֿון דער תּורה־שבכּתבֿ, געהערט די עצם־טראַדיציע זיי צו שרײַבן אויף אַזאַ אופֿן צו דער תּורה־שבעל־פּה.

באמת, איז קיין סתּירה אין דעם נישטאָ. לויטן באַקאַנטן מדרש, איז אַלץ, וואָס אַ גרויסער תּלמיד־חכם (תּלמיד וותיק) איז מחדש, שוין געגעבן געוואָרן צו משה אויפֿן באַרג סיני. די תּורה, וואָס משה־רבינו האָט מקבל געווען, איז אַ לעבעדיקע, נישט קיין פֿאַרגליווערטע. פֿאָרט, בלײַבט די געשיכטע פֿון אומגעוויינטלעכע תּורה־אותיות אַ מיסטעריעזער היסטאָרישער ענין.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.