באַליבטע פֿאָרווערטס־שרײַבערין חנה־פֿײַגל טערטלטויב איז אַוועקPopular Forverts writer Khane-Faygl Turtletaub has died
אירע דערציילונגען זענען געווען פֿון אַ סאָרט וואָס מע זעט זעלטן אויף ייִדיש — הומאָריסטישע מעשׁיות פֿון אַ פֿרויס קוקווינקל.
פֿרײַטיק, דעם 19טן מאַרץ, איז די פּאָפּולערע פֿאָרווערטס־שרײַבערין, מחברטע פֿון ייִדישע קינדערלידער און איבערזעצערין, ד״ר חנה־פֿײַגל טערטלטויב, געשטאָרבן פֿון אַ ראַק בײַ זיך אין שטוב אין עוואַנסטאָן, אילינוי.
חנה־פֿײַגל, וואָס האָט תּמיד געבעטן מע זאָל אויסלייגן איר נאָמען לויטן פּויליש־ייִדישן אַרויסרייד, „פֿײַגל‟, אַנשטאָט „פֿייגל‟, האָט געשריבן הומאָריסטישע עסייען פֿאַרן פֿאָרווערטס וועגן אירע שוועריקייטן, ווי אַן אַלמנה, צו געפֿינען אַ שידוך. אירע דערציילונגען זענען געווען פֿון אַ סאָרט וואָס מע זעט זעלטן אויף ייִדיש — אומפֿאָרמעלע, פּערזענלעכע דערציילונגען, געשריבן פֿון אַ פֿרויס קוקווינקל. צווישן זיי: „די שדכנטע וויל אויך חתונה האָבן‟ און „איך בין אַ מאַמע אָבער נישט זײַן מאַמע‟.
די פֿאָרווערטס־רעדאַקציע האָט אָפֿט באַקומען בריוו פֿון לייענער, פֿרעגנדיק ווען קומט שוין אַרויס נאָך אַ זאַך חנה־פֿײַגלס. אַ סך לייענער, און איך בתוכם, האָבן הנאה געהאַט פֿון איר שמועסדיקן סטיל און אירע אַוואַנטורעס בײַם זוכן ליבע אין דער אינטערנעץ־תּקופֿה — אַרײַנגערעכנט באַשרײַבונגען פֿון אירע נישט־געלונגענע ראַנדקעס, וואָס האָבן אַרויסגעוויזן אַ גוטן פֿאַרשטאַנד פֿון דער מענטשלעכער נאַטור.
חנה־פֿײַגל האָט אויך געשאַפֿן ייִדישע קינדערלידער — סײַ דעם טעקסט סײַ די מוזיק — און האָט זיי אַרויסגעגעבן ווי אַ ביכל און קאָמפּאַקטדיסק. אַ דאַנק דעם וואָס זי האָט אָנגעשטעלט אַן אָרקעסטער און קינדערכאָר צו מאַכן דעם דיסק, האָט עס טאַקע אַ פּראָפֿעסיאָנעלן טעם.
מיט איר מאַן, שעפּסל טערטלטויב, האָט זי אויך געשריבן אַ מוזיקאַלישע קאָמעדיע אויף ענגליש, Love in the Catskills וואָס מע האָט אויפֿגעפֿירט אין 1998 אינעם ייִדישן קהילה־צענטער אין סקאָקי, אילינוי — דאָס אָרט וווּ ס׳איז אַ מאָל געשטאַנען דער „נאַציאָנאַלער ייִדישער טעאַטער‟ .
חנה־פֿײַגל טערטלטויב איז געבוירן געוואָרן אין קאַזאַכסטאַן אין 1945 און דערצויגן געוואָרן אין בראָנקס, וווּ זי האָט זיך געלערנט אין דער אַרבעטער־רינג שול אויף יוניווערסיטי עוועניו. זי האָט באַקומען אַ דאָקטאָראַט אין קונסט־געשיכטע אָבער במשך פֿון די יאָרן האָט זי אויסגעזוכט שטעלעס פֿאַרבונדן מיט ייִדיש, ווײַל דאָס האָט איר געשאַפֿן די גרעסטע הנאה, האָט זי געזאָגט. זי האָט געלערנט ייִדיש־קורסן אינעם שיקאַגער צווײַג פֿון ייִוואָ און איינער פֿון אירע באַרימטסטע סטודענטן איז דער אַקטיאָר סטיוו סקײַבעל, וואָס האָט שפּעטער געשפּילט טבֿיה אין דער פֿאָלקסבינעס פּראָדוקציע, „פֿידלער אויפֿן דאַך אויף ייִדיש‟. נישט איין מאָל האָט סקײַבעל, בעת אַן אינטערוויו מיט אַ צײַטונג, געזאָגט, אַז ער האָט זיך געלערנט ייִדיש בײַ חנה־פֿײַגל טערטלטויב.
חנה־פֿײַגל טערטלטויב האָט פֿאַראָבֿלט אירע קינדער — דזשאָש (שיִעלע), דזשערעמי (יאָמי), דזשעסיקע (יסכּה־שׁרה) און דזשאָנאַטאָן (ניסי), און איר שוועסטער, טײַבל.
די משפּחה בעט אַז אַנשטאָט בלומען זאָל מען אין איר אָנדענק טאָן אַלץ וואָס מע קען צו פֿאַרזיכערן אַז ייִדיש זאָל בלײַבן אַ לעבעדיקע שפּראַך.
זאָל זי האָבן אַ ליכטיקן גן־עדן.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor