Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

מנחם מנדל, מחבר פֿון היימישע מעשׂה־ביכלעך פֿאַר קינדער, איז אַוועקMenachem Mendl, author of Hasidic storybooks for children, has died

זײַנע ביכער, וואָס שילדערן די ייִדישע געשיכטע אויף אַ פֿאַרצײַטישן לשון, זענען געווען דער רוקנביין פֿון אַ סך ייִדיש־רעדנדיקע היימישע משפּחות.

ביי די היימיש־יידישע לייענער אין די פארשידענע קהילות איבער דער וועלט קען יעדער דעם מחבר פון די פּאפּולערע קינדערביכלעך: מנחם מנדל. זיין נאמען איז עד־היום ממש דער סימבאל פון א מעשה־ביכל.

דעם פארגאנגענעם יאנואר איז מנחם מנדל אוועק. זיין גאנצער נאמען איז געווען מנחם מנדל משי זהב. אין ירושלים ווייסן אפילו די פרייע יידן ווער ער איז צוליב א זון זיינעם, א חברה’מאן און מאכער וואס מע הערט וועגן אים א סך אין די לאקאלע נייעס. אבער ביי די היימישע יידן, בפרט ביים צווייטן דור נאכן חורבן, זענען זיינע ביכלעך געווען ווי דער „תנ”ך פון יידישן לייען־מאטעריאל‟. 

Menachem Mendl

אַ מעשׂה־ביכל פֿונעם היימישן מחבר, מנחם מנדל Image by Torah Light Publications

מנחם מנדל האט אויך געשריבן ספרים און געווען אן עסקן פאר די עדה החרדית, אבער ביי די היימישע משפחות איז זיין נאמען א שטיק נאסטאלגיע צוליב דעם אוצר פון ליטעראטור וואס ער האט געשאפן. ער האט מחבר געווען און פארטייטשט הונדערטער מעשה ביכער, סיפורי חז”ל, סיפורי צדיקים, און לאנגע שפאנענדיקע דערציילונגען באזירט אויף היסטארישע פאקטן. 

מנחם מנדל איז דער וואס האט אריינגעגעבן אפעטיט צו א פארצייטישער היסטארישער מעשה און באקענט די פרומע יוגנט מיט דער יידישער געשיכטע. ווי אזוי? ער האט דערציילט זיינע מעשיות מיט א זאפטיגער שפאנונג, וואס גלוסט זיך צו לייענען אין א היימישער שטוב אדער סביבה. 

זיינע ביכער האבן אויך פארמאגט גלאנציגע הילעס [דעקלעך] מיט פילפארביקע בילדער פון אייראפייאישע פּאַנאָראמעס, פון מיטלאלטליכע שלעסער, טורעמס, בלומען־פעלדער און נאך, מיטן קעפל אין גרויסע דיקע געפּינטלטע אותיות. יעדער וואס איז א מאל אריין אין א היימישער שטוב זעט זיינע ביכער אין די שענקלעך, אויף די טישן, אויף די קאנאפעס, ספעצעל אין א שבת נאכן ליכט צינדן. זיינע ביכער האבן ווי באשיינט די אטמאספערע פון א ווארימער יידישער היים.

זיינע ביכער זענען דערשינען מיט די ציענדיגע נעמען „גירוש שפאניע‟, „די שיינקייט פון שבת‟, „די שיינקייט פון יום טוב‟, „די שיינקייט פון ירושלים‟, „דאס לעבן און שאפן פון דעם רבי רבי אלימלך‟ און נאך. און זיינע „שפאנענדע ערצעלונגען אזוי ווי „די כוזרים לאנד‟, „א שטורעם אין מדבר‟ און „דער אידישער פרינץ‟.

אין יעדן בוך מנחם מנדלס זעט מען צו ערשט איין גרויסע דערציילונג און דערנאך עטלעכע קלענערע מעשיות. אינעווייניג איז נישטא קיין בילדער נאר בלויז די מעשה מיט גרויסע לעכטיגע געפּינטלטע אותיות און ברייטע שורות. דער טיטל פונעם בוך — וואס איז געוויינטליך דער נאמען פון דער ערשטער לאַנגער מעשה אינעם בוך — איז נישט ווייניגער דראמאטיש און צוציִיק ווי דאס לאנדשאפט־בילד.

די שפראך האט א פארצייטישן, כּמעט דייטשיש־לשון הקודש’דיגן חן, וואס לאזט איבער א באזונדערן טעם אין מויל, און א נאסטאלגישן איינדרוק פונעם ארט און צייט וואו מען האט עס געלייענט: אין שטוב, אין ישיבה, אויף דאטשע, אויפן באס צו אויפן פליגער [עראפלאן], אין א פרידליכער וואכן טאג, אויף א שבת ביינאכט, אדער יום טוב.

זיינע מעשה ביכלעך זענען צענגליגער יארן געווען און זענען אפשר נאך עד־היום דער רוקנביין פון א היימיש יידיש־רעדנדיקער שטוב.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.