דער גרויסער ייִדישער קולטור־טוער, באַרני זומאָף, איז אַוועקThe great Yiddish cultural leader, Barney Zumoff, has died
ניט געקוקט אויף זײַן פֿאַרנומענער קאַריערע אין מעדיצין האָט זומאָף געשפּילט אַ וויכטיקע ראָלע בײַם אויפֿהאַלטן אַ צאָל ייִדישע אינסטיטוציעס.
זונטיק דעם 21סטן מאַרץ, 2021 האָט זיך געפֿעלט דער ייִדישער קולטור־טוער, שרײַבער און איבערזעצער, ד”ר בערל „באַרני‟ זומאָף.
ער איז געבוירן געוואָרן אין באָראָ־פּאַרק, ברוקלין דעם 1טן יוני 1926. כאָטש זײַנע עלטערן זענען געקומען אין די פֿאַראייניקטע שטאַטן פֿון אוקראַיִנע, האָט די משפּחה געשטאַמט פֿון ווײַסרוסלאַנד. דער טאַטע זײַנער האָט לאַנגע יאָר אָנגעפֿירט מיטן זעצערײַ בײַם פֿאָרווערטס. טאַטע־מאַמע זענען אויך געווען געטרײַע אַרבעטער־רינג מענטשן, אַזוי האָט מען דעם יונגן בערלען (ווי אויך זײַן עלטערן ברודער נאָך פֿאַר אים) געשיקט אין אין דער שולע־סיסטעם פֿון אַרבעטער־רינג, וווּ ער האָט געהאַט פֿאַר לערערס ב. י. ביאַלאָסטאָצקי, זלמן יעפֿרויקין, און אַדעל אָפּאַטאָשו, צווישן אַנדערע.
ער האָט געענדיקט זײַן באַקאַלאַווער אין קאָלומביע־אוניווערסיטעט במשך פֿון בלויז דרײַ יאָר. דערנאָך האָט ער שטודירט מעדיצין און איז געוואָרן אַ באַקאַנטער ענדאָקרינאָלאָג, געווען שטאַבשעף בײַם בית־ישׂראל שפּיטאָל אין ניו־יאָרק 20 יאָר לאַנג, און אויך געווען אַ פּראָפֿעסאָר פֿון מעדיצין בײַ דער „אַלבערט אײַנשטיין מעדיצינישער שול‟. ער האָט אויך געדינט אין לופֿטפֿלאָט וווּ ער האָט געשטיגן אַזש ביז בריגאַדיר.
ער איז אָבער תּמיד געבליבן טיף געבונדן מיט זײַן סעקולערן ייִדישן שטאַם. כּמעט 50 יאָר האָט ער געדינט ווי דאָקטאָר בײַ קעמפּ קינדער־רינג. און ווען דער אַרבעטער־רינג האָט אין די 1970ער יאָרן געזוכט ייִנגערע כּוחות וואָס זאָלן ווערן אַקטיוו, איז בערל אַרײַן אין דער עקזעקוטיווע און צוויי מאָל אַמטירט ווי פּרעזידענט. ער האָט אויך געדינט ווי דער פּרעזידענט בײַ דער פֿאָרווערטס־אַסאָציאַציע און בײַם אַלוועלטלעכן ייִדישן קולטור־קאָנגרעס, און אויף דער עקזעקוטיווע בײַ אַ סך אַנדערע ייִדישע אָרגאַניזאַציעס.
אין 1983 האָט ער אָנגעהויבן איבערצוזעצן פֿון ייִדיש אויף ענגליש און במשך פֿון די יאָרן אַרויסגעגעבן דרײַ טוץ ביכער פֿון זײַנע ענגלישע איבערזעצונגען, צווישן זיי — ווערק פֿון אַבֿרהם סוצקעווער, יעקבֿ גלאַטשטיין, רייזל זשיכלינסקי, צבֿי אײַזנמאַן, און דוד כּ”ץ; ווי אויך עטלעכע בענד פֿונעם געוועזענעם פֿאָרווערטס־רעדאַקטאָר און איצטיקן רעדאַקטאָר פֿון אינטערנעץ־זשורנאַל „ייִדיש־בראַנזשע‟, באָריס סאַנדלער. סאַנדלער זאָגט אַז זומאָף „האָט געהאַט אַ זעלטענעם טאַלאַנט פֿון אַ דאָקטער — קענען אויסהערן אַ צווייטן; און פֿון אַן איבערזעצער — אויפֿכאַפּן פּינקטלעך דעם טאָן פֿונעם אָריגינאַל און אים דרך־ארצדיק איבערטראָגן אין אַן אַנדער שפּראַך, חלילה נישט פֿאַרלירן די קלאָרקייט.‟
אַליין האָב איך געאַרבעט מיט זומאָפֿן 25 יאָר, צו ערשט ווי סעקרעטאַר און שפּעטער ווי עקזעקוטיוו־דירעקטאָר, בײַם קולטור־קאָנגרעס וווּ ער האָט געדינט ווי פּרעזידענט פֿון די 1980ער יאָרן אָן. אַליין אַ צוגעקומענער צו דער וועלט פֿון ייִדיש, האָב איך געשטוינט פֿון זײַן וויסן וועגן דער געשיכטע פֿון די אָרגאַניזאַציעס, וועגן די פּאַרשוינען וואָס האָבן מיט זיי אָנגעפֿירט, און איך האָב אויך אָפּגעשאַצט זײַן אומדערמידלעכע טרײַבקראַפֿט זיך צו פֿאַרנעמען מיט אַזוי פֿיל פֿאַרשיידענע מלאָכות. אויף ענגליש רעדט מען פֿון „אינסטיטוציע־זכּרון‟ — דאָס איז זומאָף אַליין געווען פֿאַר אַ סך ניו־יאָרקער ייִדישע אינסטיטוציעס, און מיט זײַן אַוועקגיין לאָזט ער איבער אַ בלויז וואָס וועט זײַן שווער אָנצופֿילן.
בערל זומאָף האָט פֿאַראָבֿלט צוויי טעכטער, דזשאַנין קאַמאַראַטאַ־קאַטאָמסקי און לינדאַ זומאָף, ווי אויך פֿינף איינקלעך און איין אוראייניקל. זײַן פֿרוי סעלמאַ איז אַוועק אין 2015, און זײַן מיטעלע טאָכטער פֿראַנסין איז אַוועק אוין 2019. זאָל אים די ערד גרינג זײַן.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO