Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ייִדישע מוזיק אין דײַטשלאַנד נאָכן חורבןJewish music in Germany after the Holocaust

דאָס נײַע בוך פֿון טינאַ פֿריוהאַוף באַטראַכט די געשיכטע פֿון ייִדן אין דײַטשלאַנד נאָך דער מלחמה דורך דעם שפּאַקטיװ פֿון זײער מוזיקאַלישער קולטור.

לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש  

Tina Frühauf
Transcending Dystopia: Music, Mobility, and the Jewish Community in Germany, 1945-1989
Oxford University Press, 2021, 644 pp.

גלײַך נאָכן סוף פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה האָט דער דײַטשישער ראַבינער לעאָ בעק, װאָס האָט איבערגעלעבט דעם חורבן אינעם קאָנצענטראַציע־לאַגער טערעזין, דערקלערט: „די געשיכטע פֿון דײַטשישע ייִדן האָט זיך געענדיקט‟. מיט די דאָזיקע װערטער הײבט זיך אָן דאָס בוך „דאָס איבערקומען דיסטאָפּיע: מוזיק, מאָביליטעט און די ייִדישע קהילה אין דײַטשלאַנד, 1945 – 1989‟ פֿון דער אַמעריקאַנער מוזיק־היסטאָריקערין טינאַ פֿריוהאַוף.

די דאָזיקע גרונדיקע שטודיע דערװײַזט, אַז דער באַרימטער ראַבינער האָט געהאַט אַ טעות. נאָך דער מיליטערישער מפּלה פֿון דײַטשלאַנד אין 1945 האָט זיך דאָס ייִדישע לעבן בהדרגה גענומען אױפֿװעקן, כאָטש אַװדאי איז עס געװען ניט מער װי אַ ברעקל פֿון דער אַמאָליקער פֿאַר־נאַציסטישער תּקופֿה. ניט נאָר איז די צאָל ייִדן אין דײַטשלאַנד שטאַרק אײַנגעשרומפּן געוואָרן, אױך דאָס פּנים פֿונעם דײַטשישן ייִדנטום האָט זיך שטאַרק געענדערט. די קלײנע צאָל אַמאָליקע דײַטשישע ייִדן, װאָס זײַנען געבליבן לעבן נאָכן חורבן, האָבן לרובֿ פֿאַרלאָזט דײַטשלאַנד אין די ערשטע פּאָר יאָר נאָך דער מלחמה. די נײַע ייִדישע באַפֿעלקערונג זײַנען געװען מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן פֿון די די־פּי לאַגערן, װאָס האָבן באַשלאָסן, צוליב פֿאַרשײדענע סיבות, צו פֿאַרבלײַבן אין דײַטשלאַנד.

פֿאַר זײ איז געװען פֿרעמד די דײַטשיש־ייִדישע קולטור, בפֿרט דער ליבעראַלער רעפֿאָרמיסטישער נוסח פֿון דאַװענען מיט דער באַגלײטונג פֿון אַ געמישטן כאָר און אָרגל־מוזיק. דערצו נאָך זײַנען כּמעט אַלע שילן און טעמפּלען פֿאַרברענט און צעשטערט געװאָרן דורך די נאַציסטן בעת דער „קרישטאָל־נאַכט‟ אין 1938. די מזרח־אײראָפּעיִשע ייִדן האָבן געדאַװנט אױפֿן אַלטן פֿרומען אופֿן, און זײער מוזיק־קולטור איז באַשטאַנען פֿון הײמישע ייִדישע פֿאָלקס־ און טעאַטער־לידער. מיט דער צײַט, אין די 1950ער יאָרן, האָבן זיך בהדרגה גענומען אומקערן דײַטשישע ייִדן, װאָס זײַנען אַ מאָל אַנטלאָפֿן פֿון היטלערן קײן ישׂראל אָבער האָבן זיך ניט גוט אײַנגעלעבט אין דער יונגער ייִדישער מדינה. צװישן זײ זײַנען געװען עטלעכע מוזיקער, און דװקא זײ האָבן צוריקגעבראַכט די דײַטשיש־ייִדישע טראַדיציע פֿון דער סינאַגאָגאַלער מוזיק קײן דײַטשלאַנד.

אין די ערשטע יאָרן נאָכן אױפֿקום פֿון מדינת־ישׂראל האָט מען מיט התלהבֿות געזונגען ציוניסטישע העברעיִשע לידער, אָבער דעם גרעסטן דערפֿאָלג צװישן דעם דײַטשיש־ייִדישן עולם האָבן געהאַט ייִדיש־רעדנדיקע טעאַטער־קאָמיקער פֿון ישׂראל. זײ האָבן פֿאַרקערפּערט אי דעם עבֿר אי די צוקונפֿט, נאָסטאַלגיע און האָפֿענונג, שרײַבט פֿריוהאַוף. זײערע װיצן האָבן דערמאָנט אָן דער אַלטער הײם אָבער אַלײן האָבן זײ פֿאָרגעשטעלט די יונגע ייִדישע מלוכה. מיט דער צײַט, אין די 1970ער און 1980ער יאָרן, איז קײן מערבֿ־דײַטשלאַנד געקומען פֿון אַמעריקע דער אַלט־נײַער „קלעזמער‟־סטיל, ווי אויך שלמה קאַרלעבאַכס נעאָ־חסידישע ניגונים. אַזױ אַרום, האַלט פֿריוהאַוף, איז די ייִדישע מוזיקאַלישע קולטור אין מערבֿ־דײַטשלאַנד שוין באַשטאַנען פֿון דרײַ פֿאַרשײדענע קאָמפּאָנענטן: די מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס פֿאַר תּפֿילות, די ייִדישע מוזיק און די פּאָפּולערע ישׂראלדיקע מוזיק.

פֿריוהאַופֿס בוך איז זײער פּרטימדיק געפֿאָרשט. זי רעקאָנסטרויִרט די לעבנס־געשיכטעס פֿון מערקװירדיקע פּערזענלעכקײטן, װאָס זײַנען על־פּי נס ניצול געװאָרן פֿונעם חורבן און האָבן געפֿונען פֿאַר זיך אַן אָרט אין דער נײַער דײַטשישער געזעלשאַפֿט. אײגנטלעך גײט דאָ די רײד װעגן צװײ דײַטשישע מדינות, די אין מערבֿ און די אין מזרח. די ייִדישע קהילה אין מזרח־דײַטשלאַנד, אין דער „דײַטשישער דעמאָקראַטישער רעפּובליק‟, װאָס איז געװען אַ טײל פֿונעם סאָװעטישן בלאָק, איז געװען ביז גאָר קלײן אָבער האָט געשפּילט אַ געװיסע פּאָליטישע ראָלע. ס׳רובֿ זײַנען געװען קאָמוניסטן פֿון ייִדישן אָפּשטאַם, װאָס האָבן ניט געהאַט קײן אינטערעס אין ייִדישקײט. פֿון דעסטװעגן האָט די קאָמוניסטישע מלוכה געװאָלט װײַזן דער װעלט, אַז זי שטיצט ייִדן און די ייִדישע קולטור. די דאָזיקע פּאָליטיק האָט געלאָזט דעם קולטור־טוער װערנער סאַנדער צו שאַפֿן אַ סינאַגאָגאַלן כאָר אין לײַפּציג. אַן אַנדערע מערקװירדיקע ייִדישע זינגערין איז געװען לין ילדתי, װאָס האָט געהאַט אַן אײגענעם ייִדישן רעפּערטואַר. דערבײַ אָבער זײַנען העברעיִשע לידער פֿון ישׂראל געװען טריף־פּסול װײַל מזרח־דײַטשלאַנד האָט געמוזט פֿאָלגן די סאָװעטישע אַנטי־ציוניסטישע פּאָליטיק.

דער חורבן־אָנדענק איז אין דײַטשלאַנד לכתּחילה געװען אַן אינעװײניקער ייִדישער ענין. אַנטיסעמיטישע שטימונגען בײַ דער דײַטשישער באַפֿעלקערונג זײַנען אין די ערשטע יאָרן נאָך דער מלחמה געװען גאַנץ שטאַרק, און מען האָט גאָרניט געװאָלט הערן װעגן ייִדישע יסורים. דער חורבן איז געװאָרן אַ װיכטיקע היסטאָרישע טעמע ערשט פֿאַרן ייִנגערן דור, װאָס איז אױפֿגעװאַקסן נאָך דער מלחמה. די ענדערונגען און דער מוזיק־קולטור, סײַ דער ייִדישער סײַ דער דײַטשישער, שפּיגלען אָפּ די דאָזיקע היסטאָרישע אַנטװיקלונג. ייִדיש דינט דאָ װי אַ מין פֿאַרבינדונג, װי די שפּראַך פֿונעם צװישן־קולטורעלן דיאַלאָג צװישן ייִדן און דײַטשן. װי עס שרײַבט פֿריוהאַוף, איז קלעזמער־מוזיק געװאָרן אַ טײל פֿונעם דײַטשישן מוזיקאַלישן הױפּטשטראָם. אַזױ אַרום באַקומט דער באַגריף פֿון ייִדישקײט אַן עטנאָגראַפֿישן באַטײַט אַנשטאָט דעם רײן־רעליגיעזן, װי עס איז געװען אין דײַטשלאַנד פֿאַר דער מלחמה.

פּראָפֿעסאָר פֿריוהאַוף באַטראַכט די ייִדישע געשיכטע אין דײַטשלאַנד אונטער אַ נײַעם, אײגנאַרטיקן קוקװינקל, װאָס לאָזט באַהאַנדלען די אַנטװיקלונג פֿונעם ייִדישן לעבן אין בײדע טײלן פֿון דײַטשלאַנד. דער דאָזיקער צוגאַנג אַנטפּלעקט װיכטיקע קולטורעלע און היסטאָרישע ניואַנסן אין די באַציִונגען סײַ צװישן פֿאַרשײדענע ייִדישע עדות אין דײַטשלאַנד און סײַ צװישן ייִדן און דײַטשן. מוזיק איז געװען אַ חשובֿער טײל פֿון דער רײַכער דײַטשיש־ייִדישער קולטור פֿאַר דער מלחמה, און זי בלײַבט ניט װײניקער חשובֿ הײַנט. אָבער איר אינהאַלט, סטיל און אױפֿנאַמע זײַנען געװאָרן גאַנץ אַנדערש.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.