Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

אַנ־סקיס ביאָגראַפֿיע איז מער געלונגען אויף רוסישAn-ski’s biography works better in Russian

די רוסישע ווערסיע ווערט באַגלייט מיט 32 זײַטלעך קאָליריקע צייכענונגען און פֿאָטאָגראַפֿיעס, און מיט אַ גרויסן מפֿתּח פֿון נעמען, מקומות און אויסגאַבעס

דער פּעטערבורגער פֿאַרלאַג „סימפּאָזיום‟ האָט נישט לאַנג צוריק אַרויסגעגעבן אַ רוסישע ווערסיע פֿון ד״ר גבֿריאלה סאַפֿראַנס ביאָגראַפֿיע פֿון שלמה־זלמן אַנ־סקי — Wandering Soul.

דאָס רוסישע בוך זעט אויס היפּש בעסער, ווי דער ענגלישער וואַריאַנט. עס ווערט באַגלייט מיט 32 זײַטלעך אוניקאַלע קאָליריקע צייכענונגען און פֿאָטאָגראַפֿיעס, ווי אויך מיט אַ גרויסן מפֿתּח פֿון נעמען, מקומות און אויסגאַבעס, צונויפֿגעשטעלט דורכן וויסנשאַפֿטלעכן רעדאַקטאָר, וואַלערי דימשיץ. ער האָט, אַגבֿ, אויך געגעבן עצות און פֿאַררופֿונגען פֿאַר דער ענגלישער אויסגאַבע, זײַענדיק אַ מומחה אין אַנ־סקיס ביאָגראַפֿיע.

די איבערזעצערין, אַלעקסאַנדראַ גלעבאָווסקאַיאַ, האָט זיך כּסדר באַראַטן מיט דער מחברטע. אַלע ייִדישע ציטאַטן און פֿראַגמענטן האָט זי איבערגעזעצט דירעקט פֿון ייִדיש.

גבֿריאלה סאַפֿראַן אַליין קען גאַנץ גוט רוסיש און האָט זיך אַקטיוו באַטייליקט אינעם אַרויסגעבן דעם נײַעם וואַריאַנט פֿון איר בוך. גלעבאָווסאַיאַ האָט איבערגעגעבן דעם פֿאָרווערטס, אַז דאָס נײַע בוך איז אַ רעזולטאַט פֿון אַ פֿרײַנדלעכער בשותּפֿותדיקער מיטאַרבעט פֿון איר, סאַפֿראַן און דימשיץ. געוויסע פֿראַגמענטן פֿונעם ענגלישן וואַריאַנט האָט מען פֿאַרקירצט; אַ ריי אַנדערע — דווקאַ פֿאַרלענגערט, בפֿרט ווען עס גייט אַ רייד וועגן זאַכן, וואָס האָבן אַ שײַכות צו דער רוסישער קולטור און געשיכטע. כּמעט אַלע אילוסטראַציעס זענען פֿונעם אַרכיוו־צענטער „פּעטערבורגער יודאַיִקע‟.

גלעבאָווסקאַיאַ איז אַ באַקאַנטע איבערזעצערין פֿון ייִדיש אויף רוסיש. אין 2019 איז אַרויס איר איבערזעצונג — בשותּפֿות מיט דער באַקאַנטער ייִדישער שרײַבערין מאַשע ראָלניק ז״ל — פֿון ליענע ראָזענבערג־יעדוואַבס חורבן־זכרונות. זי האָט אויך איבערגעזעצט „חדשים און טעג‟ פֿון איציק קיפּניס (נאָך נישט פֿאַרעפֿנטלעכט). גלעבאָווסקאַיאַ זעצט כּסדר איבער קלאַסישע ייִדישע פּאָעטן אויף רוסיש, בפֿרט איציק מאַנגער, ה. לייוויק און קאַדיע מאָלאָדאָווסקי. איצט אַרבעט זי איבער ד״ר דוד פֿישמאַנס היסטאָרישע פֿאָרשונג The Book Smugglers (די ביכער־שמוגלער). גלעבאָווסקאַיאַ האָט אונדז דערציילט, אַז לעצטנס באַקומט זי אַ סך איבערזעצונג־פּראָיעקטן פֿון ענגלישע ביכער אויף ייִדישע טעמעס.

אין פֿאַרגלײַך מיט סאַפֿראַנס ענגלישן בוך, וואָס זעט אויס גאַנץ טרוקן, מיט ווייניק אילוסטראַציעס און מיט זייער אַ פּשוטער הילע — אַ גוט באַקאַנטע פֿאָטאָגראַפֿיע פֿון אַנ־סקין — האָט די רוסישע אויסגאַבע אַ מער חנעוודיק, באַצירט פּנים.

אין רוסלאַנד איז הײַנט פֿאַראַן אַ לעבעדיקער אינטערעס צו אַנ־סקיס ירושה. שלמה־זלמן ראַפּאָפּאָרט (1863-1920), באַוווּסט ווי אַנ־סקי, איז געבוירן געוואָרן אין טשאַשניק – דעמאָלט אַ שטעטל אין דער רוסישער אימפּעריע, דערנאָך אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און איצט אין ווײַסרוסלאַנד. ביז 17 יאָר האָט ער קיין רוסיש נישט געקענט און איז געווען אַ פֿרומער ישיבֿה־בחור. נאָך אין דער יוגנט איז ער אָבער געוואָרן אַ פֿאַרברענטער משׂכּיל און באַלד — אַ רעוואָלוציאָנער־סאָציאַליסט. ער האָט זיך באַזעצט אין פּעטערבורג, נאָר פֿון 1892 ביז 1905 געמוזט אַוועקפֿאָרן פֿון רוסלאַנד צוליב זײַן רעוואָלוציאָנערער טעטיקייט, געוווינט אין דײַטשלאַנד, שווייץ און פֿראַנקרײַך. דער ערשטער קאַפּיטל פֿון סאַפֿראַנס בוך טראָגט דעם איראָנישן טיטל, „אַ שלעכטע השפּעה‟.

שפּעטער האָט אַנ־סקי זיך פֿאַרליבט אינעם רוסישן פּויערישן לעבן. דאָס האָט משפּיע געווען אויף זײַן אינטערעס צום ייִדישן שטעטל. ווי באַקאַנט, האָט ער אין 1912 אָרגאַניזירט אַ גרויסע ייִדישע ענטאָגראַפֿישע עקספּעדיציע. אין פּעטערבורג איז ער געווען איינער פֿון די סאַמע אָנגעזעענע ייִדישע טוער.

סאַפֿראַן שילדערט לעבעדיק און מײַסטעריש אַנ־סקיס פֿאַרפּלאָנטערטע לעבנס־גילגולים. זי שרײַבט, למשל: „אַנ־סקין איז געפֿעלן דער בונד, און דעם בונד — אַנ־סקי‟. כאָטש ער איז אַליין געווען לינקער ווי דער בונד, האָט ער געשאַפֿן דעם הימען פֿון דער דאָזיקער באַוועגונג — „די שבֿועה‟. ער האָט אויך געמאַכט אַ גרויסן רושם אין קינעמאַטאָגראַפֿיע: אויפֿן סמך פֿון זײַן פּיעסע „דער דיבוק‟ איז אין 1938 אַרויס אַ פֿילם, וועלכער האָט ממשותדיק געווירקט אויף דער גאַנצער טראַדיציע פֿון אַמעריקאַנער „טרילערס‟.

אויף רוסיש קלינגט אַנ־סקיס ביאָגראַפֿיע באַזונדערס נאַטירלעך און פֿאַרשטענדלעך. דאָס נײַע בוך איז געשאַפֿן געוואָרן דורך אַ גרופּע פּעטערבורגער — אין דער שטאָט, וווּ דער העלד פֿונעם סיפּור־המעשׂה האָט פֿאַרבראַכט אַ סך יאָרן און אויסגעפּועלט זײַנע וויכטיקסטע אויפֿטוען. אַ סך מאַטעריאַלן וועגן זײַן טעטיקייט און וועגן זײַן ענטאָגראַפֿישער עקספּעדיציע איבער די מיזרח־אייראָפּעיִשע ייִדישע שטעטלעך וואַרטן נאָך אויף זייערע פֿאָרשער און איבערזעצער. האָפֿנטלעך, וועלן מיר נאָך זען אַ סך ביכער אויף די דאָזיקע טעמעס פֿון דער זעלבער הויכער קוואַליטעט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.