Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דער טאָפּלטער טײַטש פֿון דער תּפֿילה, „עלינו‟The double meaning of the Aleinu prayer

די באַקאַנטע טאָג־טעגלעכע תּפֿילה קאָן אָפּגעטײַטשט ווערן סײַ ווי אַן „אַנטי־גוייִשע‟, סיי ווי אַן אוניווערסאַלע און פּראָגרעסיווע.

דער הײַנטיקער שבת, דער לעצטער אינעם יום־טובֿדיקן חודש ניסן, איז באַקאַנט אין אַ צאָל ייִדישע קוואַלן ווי דער טאָג, ווען יהושע בן נון האָט איבערגענומען די שטאָט יריחו און צוליב דעם געשאַפֿן די תּפֿילה „עלינו לשבח‟, וואָס מיר זאָגן נאָך אַלץ דרײַ מאָל אַ טאָג.

אינעם מדרש „סדר עולם‟ שטייט געשריבן, אַז יהושע האָט אָנגעהויבן אַטאַקירן יריחו דעם 22סטן ניסן. במשך פֿון זיבן טעג זענען ייִדן אַרומגעגאַנגען לענג־אויס די מויערן פֿון דער שטאָט און געבלאָזן שופֿר. דעם 28סטן טאָג זענען די מויערן על־פּי־נס פֿונאַנדערגעפֿאַלן. רבי יוסי, איינער פֿון די תּנאָים, האָט געהאַלטן, אַז דעמאָלט איז אויך געווען שבת; דעריבער, הגם בשעת דער מלחמת־מיצווה האָבן ייִדן נישט געמוזט היטן שבת, האָט דער אייבערשטער פֿאַרבאָטן צוצונעמען די אוצרות פֿון דער שטאָט. די הײַנטיקע דאַטע, כ״ח בניסן, ווערט אויך דערמאָנט אין תּוספֿות און אַ צאָל אַנדערע מקורים.

וואָס שייך „עלינו‟, האָבן די גאונים נאָך מיט אַ טויזנט יאָר צוריק איבערגעגעבן, אַז די דאָזיקע תּפֿילה האָט יהושע בן נון מחבר געווען, ווען אים האָט זיך אײַנגעגעבן איבערצונעמען יריחו. רבי משה בן מכּיר באַטאָנט אין זײַן ספֿר „סדר היום‟ (פֿונעם 16טן יאָרהונדערט), אַז יהושע האָט געזאָגט „עלינו‟ זיבן מאָל, אויף אַ נאָרמאַלן אופֿן און אויף קאַפּיוער, פֿונעם לעצטן וואָרט ביזן ערשטן; דעמאָלט זענען די ווענט פֿון דער שטאָט אײַנגעפֿאַלן.

די היסטאָריקער האָבן אָבער שוין לאַנג אָנגעוויזן, אַז דער נוסח פֿון „עלינו לשבח‟ איז אָנגעשריבן אויפֿן שפּעטערדיקן לשון־קודש — אין דער תּקופֿה, ווען ייִדן האָבן שוין על־פּי־רובֿ גערעדט צווישן זיך אויף אַראַמיש — און נישט אויף דער אוראַלטער תּנ״כישער שפּראַך. כּמעט דער זעלביקער טעקסט באַווײַזט זיך אין די עלטסטע קבלה־ספֿרים, „מעשׂה־מרכּבֿה‟. לויט אַן אַלטערנאַטיווער מסורה, איז דער אמתער מחבר דער באַרימטער אמורא „רבֿ‟ פֿונעם 3טן יאָרהונדערט. על־פּי קבלה, איז עס דער „שיר־השירים‟ פֿונעם גאַנצן דאַוונען, וואָס איז מסוגל צונויפֿצונעמען אַלע ווערטער פֿון דער תּפֿילה און אַרויפֿברענגען זיי צום כּסא־הכּבֿוד, צום מיסטישן טראָן פֿונעם רבונו־של־עולם.

אויף וויפֿל מע ווייסט, באַווײַזט זיך „עלינו לשבח‟ צום ערשטן מאָל ווי אַ טייל פֿונעם טאָג־טעגלעכן דאַוונען אינעם „מחזור־וויטרי‟ — אַן אַשכּנזישע תּפֿילות־זאַמלונג פֿונעם 12טן־13טן יאָרהונדערט; דער מחבר פֿונעם דאָזיקן אוראַלטן סידור און מחזור איז געווען רבי שמחה בן שמואל פֿון וויטרי, צפֿון־פֿראַנקרײַך, אַ תּלמיד פֿון רש״י.

במשך פֿון דורות איז „עלינו לשבח‟ געווען, און אין אַ געוויסער מאָס בלײַבט נאָך הײַנט, אַ קוואַל פֿון קאָנטראָווערסיעס, ווײַל אין אָט־דער תּפֿילה שטייט געשריבן, אויפֿן ערשטן בליק, אַז אַלע גוייִם בוקן זיך צו „גאָרנישט מיט נישט‟, און נאָר ייִדן ווענדן זיך צום אמתן גאָט. במשך פֿון דורות, האָט די דאָזיקע תּפֿילה אויפֿגערעגנט די קריסטלעכע פֿירער אין אייראָפּע. אין דער זעלבער צײַט, האָבן אַ ריי מפֿרשים באַטאָנט, אַז די ווערטער „להבֿל ולריק‟ (צום הבֿל און פּוסקייט) האָבן די זעלבע גימטריא, ווי „ישו ומחמט‟ — יעזוס און מוחמד.

אינעם 20סטן יאָרהונדערט האָבן זיך באַוויזן פּראָגרעסיווע רבנישע אָפּטײַטשן פֿון „עלינו לשבח‟. אויב מע טראַכט זיך אַרײַן, שטייט דאָרט געשריבן, אַז ייִדן מוזן באַדאַנקען דעם אייבערשטן פֿאַר דעם, וואָס ער האָט אונדז נישט געשאַפֿן ווי „גויי הארצות, ולא שׂמנו כּמשפּחות האדמה‟ [גויים פֿון די לענדער און משפּחות פֿון דער ערד]. הרבֿ אַברהם־יהודה חן, אַ באַוווּסטער ליובאַוויטשער רבֿ, וועלכער האָט געשטיצט ראַדיקאַל־לינקע פּאָליטישע געדאַנקען, האָט באַמערקט, אַז די תּפֿילה פֿאַרדאַמט בלויז די, וואָס אַנשטאָט רוחניות זענען פֿאַרקאָכט אין „לענדער און ערד‟ — דהײַנו, אין אַ גראָבן נאַציאָנאַליזם. ער באַטאָנט, אַז צו געוויסע ייִדן האָבן די דאָזיקע ווערטער אויך אַ דירעקט שײַכות. להיפּוך צו די הײַנטיקע רעפֿאָרמער און רעקאָנסרוקציאָניסטישע ייִדן, וואָס האָבן פּשוט געביטן דעם טראַדיציאָנעלן נוסח, לייגט דער דאָזיקער רבֿ פֿאָר אַ גלענצנדיקן מעטאָד אַרײַנצוטײַטשן אַ שיינעם, נייטראַלן און אַפֿילו אַ פּאָליטיש פּראָגרעסיוון באַדײַט.

נאָך פֿריִער, אינעם 17טן יאָרהונדערט, האָט דער באַקאַנטער ספֿרדישער דענקער מנשה בן ישׂראל איבערגעגעבן, אַז דער אָטאָמאַנישער סולטאַן סעלים דער צווייטער האָט הויך אָפּגעשאַצט „עלינו לשבח‟, איבערגעזעצט אויף טערקיש. דער סולטאַן האָט געזאָגט, אַז „אַזאַ גרויסע תּפֿילה טויג פֿאַר אַלע צוועקן‟.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.