Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

שיע טענענבױמס לעבעדיקע משפּחה־כראָניק איז איצט אַרויס אויף ענגלישShea Tenenbaum‘s colorful family stories now available in English

טענענבױמס װערק באַשרײַבן די טשיקאַווע טיפּן וואָס זײַן טאַטע האָט געקענט אינעם אַמאָליקן ייִדישן פּוילן.

Shea Tenenbaum
The Not-so-common Tenenbaums: A Compendium of Family Stories
Kindle Publishing, 2021, 586 PP

דער שרײַבער שיע טענענבױם (1910 – 1989) האָט געהאַט אַ לאַנגע און פּראָדוקטיװע קאַריערע אין דער ייִדישער ליטעראַטור. ער האָט געשריבן פֿאַר צענדליקער ייִדישע צײַטשריפֿטן אין אײראָפּע און אַמעריקע און פֿאַרעפֿנטלעכט 25 ביכער. זײַן בוך, „פֿון אַש און פֿײַער איז דײַן קרױן‟, איז באַלױנט געװאָרן מיט אַ פּריז פֿונעם אַמעריקאַנער ייִדישן ביכער־ראַט אין 1985, װען מען האָט נאָך געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַ גלײַכן שותּף מיט ענגליש אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור.

טענענבױם איז געבױרן געװאָרן אין אַ קלײן שטעטל אין לובלינער גובערניע און האָט יונגערהײט אױסגעװאַנדערט קײן מערבֿ־אײראָפּע. ער האָט פֿאַרבראַכט אַרום צען יאָר אין בעלגיע, פֿראַנקרײַך און עסטרײַך, און אין 1934 — אָנגעקומען קײן ניו־יאָרק. דאָ האָט ער געאַרבעט אין דרוקערײַען און איז קראַנק געװאָרן אױף טובערקולאָז. ער האָט זיך אױסגעהײלט אינעם דענװער־סאַנאַטאָריע, װאָס פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער ייִדישער ליטעראַטור־געשיכטע צוליב זײַנע באַרימטע ליטעראַרישע פּאַציענטן. דערנאָך האָט ער געלעבט אין קאַליפֿאָרניע און צום סוף, זיך אומגעקערט קײן ניו־יאָרק.

טענענבױמס קאַריערע איז געווען זייער אָ פּראָדוקטיווע. נאָך דעם ווי ס׳איז אַרויס זײַן ערשט ליד אין אַנטװערפּן אין 1926 האָט ער אָנגעשריבן בערך פֿיר טױזנט ליטעראַרישע װערק אין פֿאַרשײדענע זשאַנערס. זײַנע טעמעס האָט ער געשעפּט סײַ פֿון דער געשיכטע, סײַ פֿונעם אַרומיקן לעבן. ער האָט ניט באַקומען קײן פֿאָרמעלע בילדונג, אָבער ער איז געװען גוט אָנגעלײענט אין דער װעלט־ליטעראַטור און איז געװען באַקאַנט מיט מערקװירדיקע פּערזענלעכקײטן פֿון זײַן דור. אָבער זײַן רײַכע און פֿילזײַטיקע ליטעראַרישע ירושה איז אויף לאַנגע יאָרן פֿאַרגעסן געוואָרן. ערשט איצט, צוליב דעם מי פֿון זײַן פּלימעניצע לאָרי ליבערטי, זײַנען טענענבױמס װערק טײלװײַז צוטריטלעך געװאָרן אין אַן ענגלישער איבערזעצונג.

ליבערטי האָט זיך גענומען פֿאַר אַ ריזיקער אױפֿגאַבע פֿון צונױפֿשטוקעװען איר רײַכע משפּחה־געשיכטע אױפֿן סמך פֿון טענענבױמס קאַפּיטלען זכרונות, װאָס זי האָט געפֿונען אין זײַנע ביכער. שיע איז געװען דאָס ייִנגסטע פֿון צוועלף קינדער. בײדע זײדעס זײַנע זײַנען געװען חשובֿע ייִדן אין זײער געגנט, אָבער זײַן טאַטע האָט ניט געהאַט קײן מזל. שיע האָט שפּעטער דערציילט: „דעם טאַטנס שלימזלדיקײט האָט מיך תּמיד פֿאַרדראָסן. שױן אַפֿילו אין די שפּעטערדיקע יאָרן, װען איך האָב געװױנט צוזאַמען מיט דער מאַמען אין די בראָנקס, האָט נאָך אַלץ אין מיר געצאָרנט עפּעס אַן אומהײמלעכער פֿאַרדראָס פֿאַר יענע יאָרן, װאָס דער טאַטע האָט אונדז, קינדער, נישט לײַטיש דערנערט.‟

דעם טאַטנס לעבן האָט געדינט װי אַ רײַכער מקור פֿאַר זײַן זונס ליטעראַרישער שאַפֿונג: „מײַן פֿאָטער האָט געשטורעמט מיט קינסטלערישן טעמפּעראַמענט און מיט גײַסטיקן אומרו. ער איז געװען אַ פֿילפֿאַרביקער, דראַמאַטישער כאַראַקטער, װי פֿון בײַראָנס אַ פּאָעמע.‟ אײנע פֿון די סאַמע טשיקאַװע מעשׂיות אין טענענבױמס משפּחה־געשיכטע איז דאָס קאַפּיטל „דאָס טױטע געלט פֿון אַן אימפּעריע‟, װאָס דערצײלט װעגן דעם טאַטנס אױסטערלישן אָפּשײַ פֿאַר דער רוסישער אימפּעריע:

„טראָצדעם, װאָס ער איז געװען אַ ביטערער אָרעמאַן, איז ער געװען אַ פֿאַרברענטער ראָיאַליסט‟. דער פֿאָטער, אַבֿרהם־מרדכי טענענבױם, האָט אָפּגעהיט זײַן געטרײַשאַפֿט צו דעם צאַרישן מלכות אַפֿילו נאָך דער רוסישער רעװאָלוציע. ביז זײַן טױט האָט ער געגלױבט, אַז די צאַרישע מאַכט װעט זיך אָט־אָט אומקערן קײן רוסלאַנד און אַרױסטרײַבן די באָלשעװיקעס. ער האָט אױפֿמערקזאַם געלײענט דעם פֿאָרװערטס, כּדי צו דערקענען די ערשטע סימנים פֿון דער קומעדיקער קאָנטר־רעװאָלוציע.‟

כּדי צוצוגרײטן זיך צו דעם דאָזיקן היסטאָרישן מאָמענט האָט זיך דער טאַטע, נאָך זײַענדיק אין פּױלן, גענומען פֿאַר אױסקױפֿן דאָס אַלטע צאַרישע געלט, וואָס האָט ניט געהאַט קיין שום ווערט, פֿאַר די דאָלאַרן, װאָס זײַנע ברידער האָבן אים געשיקט פֿון אַמעריקע: „מײַן טאַטנס רום האָט זיך פֿאַרשפּרײט איבער גאַנץ פּױלן, און אַריבער די גרענעצן אַפֿילו, ביז פּראָג, לײפּציק און אַזש ביז װין און בערלין… איך האָב דערזען פֿאַר זיך אַ מאָדנע פֿאָלק: ייִדן און ייִדענעס, אַלע קלאַסן מענטשן, פֿון שדכן ביז אַ בדחן, אַ קצבֿ, אַ רבֿ, אַ פֿערדנשינדלער, אַ פֿאַרזעסענע כּלה, אַ שמוגלער, אַ גלח, אַ זײגערמאַכער, אַ שמאַטשאַרזש. די דאָזיקע פּערסאָנאַזשן פֿון אַ מאָדנער און פֿאַנטאַסטישער דראַמע פֿלעגן אָננעמען אַ פּאָזע פֿון װיכטיקײט און געהײמנישפֿולקײט. זײ פֿלעגן אָנקלאַפּן אין די גרױסע לאָדנס, אין די פֿאַרריגלטע טירן. אין טינט־בלױען און לײװנט־גרױען באַגינען שפּעט בײַ נאַכט פֿלעגט אַ מאָל פֿאַרבלאָנדזשען אַן אַלטער פֿאַרבאָרגענער ייִד מיט אַ ייִדענע, מיט אַ גראָבן, פֿינצטערן קױשל. זײ פֿלעגן מיט ציטערדיקע, לײם־געלע הענט אַרױסנעמען פֿון טיפֿע זעקלעך צעקנײטשטע פּעקלעך רוסיש געלט.‟

שיעס מאַמע, רחל־לאה, האָט ניט געהאַט קײן גליק מיט איר מאַן. װען איר טאַטע האָט זי באַזוכט עטלעכע װאָכן נאָך דער חתונה, האָט ער גלײַך דערזען װי טרױעריק זײַן טאָכטער איז געװען, אָבער „די יונגע און שײנע רחל־לאה, מײַן טײַערע מאַמע, האָט אַלע אירע יסורים פֿאַרבאָרגן און דערשטיקט טיף אין איר האַרצן. זי האָט נישט געװאָלט אױסזאָגן װי ברוטאַל איר מאַן, מײַן פֿאָטער, איז צו איר.‟ פֿון דער מאַמען האָט שיע באַקומען זײַן ליבע פֿאַר ייִדישע מעשׂיות: „זי האָט געהאַט אַלערלײ דינע און אײדעלע מעשׂה־ביכעלעך, פֿאַרגעלטע װי בלעטער אין האַרבסט. די מאַמע פֿלעגט מיר דערצײלן, שײלנדיק די געפֿרױרענע קאַרטאָפֿל פֿאַרן הײמישן מאָלצײַט מיט איר רעװמאַטיש־אױסגעקרומטע הענט, װעגן דער העלדישער מוטער חנה און אירע זיבן זין, װאָס װערן אומגעבראַכט אױף אַ ברוטאַלן שטײגער על קידוש־שם.‟

אין טענענבױמס אײגענער ליטעראַרישער שאַפֿונג האָבן זיך צונױפֿגעגאָסן צװײ שטראָמען. פֿונעם פֿאָטער האָט ער געירשנט דעם חוש פֿאַר דראַמאַטישקײט, און די מוטער האָט אים איבערגעגעבן איר ליבע פֿאַר לירישער הײמישקײט. טענעבױמס בילדער פֿונעם אַמאָליקן פּױליש־ייִדישן לעבנסשטײגער זײַנען פֿול מיט רעאַליסטישע פּרטים און טשיקאַװע אָבסערװאַציעס. דאָס, װאָס זײַנע װערק זײַנען ביז לעצטנס פֿאַרבליבן כּמעט װי פֿאַרגעסן, איז אַ סימן, װאָס אַ היפּשער און װיכטיקער טײל פֿון דער ייִדישער ליטעראַרישער ירושה װאַרט נאָך אַלץ אױף אַ געהעריקן פֿאָרשער. און עס קומט אַ האַרציקער ייִשר־כּוח לאָרי ליבערטי פֿאַר איר זײער װיכטיקן אױפֿטו.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.