אָנלײַן וואַרשעווער געטאָ־הזכּרה מיט דניאל קאַהן און מעלבורנער כאָרOnline Warsaw ghetto memorial with Daniel Kahn and Melbourne choir
דער היסטאָריקער שמואל קאַסאָוו, וואָס האָט געשריבן אַ בוך וועגן דעם „עונג־שבת“־אַרכיוו, וועט זײַן צווישן די גאַסטרעדנער.

Graphic by Angelie Zaslavsky
הײַיאָר ווערט 78 יאָר זינט דעם אויפֿשטאַנד אין וואַרשעווער געטאָ.
אַזוי ווי תּמיד, אָרגאַניזירט מען דעם 19טן אַפּריל אַ הזכּרה לזכר די אויפֿשטענדלער פֿונעם וואַרשעווער געטאָ. צוליב דער מגפֿה וועט מען, ווי פֿאַראַיאָרן, זיך ניט פֿאַרזאַמלען בײַם חורבן־דענקמאָל אין „ריווערסײַד־פּאַרק“ באַקאַנט ווי „דער שטיין“, נאָר דורכפֿירן אַ דיגיטאַלישע הזכּרה־אַקאַדעמיע.
די הויפּטרערדנער פֿון דער פּראָגראַם, וואָס מע וועט טראַנסמיטירן 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט אויפֿן יוטוב־קאַנאַל פֿונעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“, וועלן זײַן דער היסטאָריקער שמואל קאַסאָוו, אַן עקספּערט פֿון דער געשיכטע פֿונעם וואַרשעווער געטאָ, וואָס האָט מחבר געווען אַ בוך וועגן דעם געהיימען „עונג־שבת“־אַרכיוו, די מעלבורנער ייִדישע שרײַבערין און בונדישע כּלל־טוערין הינדע בורשטיין, און לילי קשענסקי באַקסטער, די געוועזענע דירעקטאָרין פֿון חורבן־דערציִונג בײַם אַטלאַנטער ייִדישן מוזיי. עס וועט אויך רעדן רבֿקה אויגענפֿעלד, וועמענס מאַמע, ליבע מאַהאַרשאַק אויגענפֿעלד, און פֿאָטער, דוד אויגענפֿעלד, זענען געווען פּאַרטיזאַנער אין ווילנע.
מיט מוזיק און געזאַנג וועלן אויפֿטרעטן די זינגער דניאל קאַהן און שורה ליפּאָווסקי; די פֿידלערין דבֿורה שטראַוס, דער כאָר פֿונעם מעלבורנער „בונד“ — „מיר קומען אָן“, און קינדער פֿון די אַרבעטער־רינג־שולעס.
די טיילן פֿון דער הזכּרה וואָס זענען אויף ייִדיש וועלן באַגלייט ווערן מיט ענגלישע אונטערקעפּלעך.
די הײַיאָריקע הזכּרה ווערט אײַנגעאָרדנט דורך אַ צאָל ייִדישע אָרגאַניזאַציעס, אַרײַנגערעכנט דעם „ייִדישן קולטור־קאָנגרעס“, דעם ייִוואָ, דעם בונד, דעם „ייִדישן אַרבעטער־קאָמיטעט“, די ניו־יאָרקער און מאָנטרעאָלער צווײַגן פֿון אַרבעטער־רינג און דעם „קאַליפֿאָרניער אינסטיטוט פֿאַר ייִדישער שפּראַך און קולטור“.
Hello, fellow Forward reader! I’m Joel Brown, a Forward reader and supporter for more than 15 years, and currently the chair of the board of directors.
I’m an avid Forward reader because it ticks so many of my essential boxes: excellent journalism, Jewish focus and diverse viewpoints. In today’s political climate, what I most appreciate is the Forward’s independence — made possible by the generosity of its membership.
The Forward is committed to bringing you unbiased, nuanced Jewish news. From my position as board chair, I see an exciting future as we expand our position as the definitive independent voice of contemporary American Judaism.
— Joel Brown, Forward board chair
