Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

האָט אונדזער חסידישער ייִדיש אַ סטאַנדאַרט, צי נישט?So is our Hasidic Yiddish standardized, or not?

דער חסידישער ייִדיש האָט אייגענע סטאַנדאַרטן ווי, למשל, דעם חילוק צווישן מענער און פֿרויען וואָס שייך דעם ניצן לשון־קודשדיקע ווערטער.

מיט א וואך צוריק איז ארויס אן ארטיקל (מאמר) פון דזשארדין קוציק דא אין פארווערטס וועגן די נייע דואלינגא אויף אידיש. אין די ארטיקל ברענגט ער א לאנגע אריכות וועגן אן אונטערנעמונג (אינטערוויו) וואס ער האט געמאכט מיט די שאפערס פון די דואלינגא קורס, צווישן זיי מיט די ברודערס „ישׂראל און לוי פּאָלאַטשעק, די אַקטיווסטע מיטאַרבעטער אינעם פּראָיעקט, וועלכע זענען אויפֿגעוואַקסן אין אַ ברוקלינער סאַטמאַרער משפּחה‟. לוי האט געזאגט אז „איך האָב זיך געכאַפּט אַז מע קען עס (דעם קורס) נישט מאַכן מיט חסידיש ייִדיש, ווײַל חסידיש ייִדיש איז נישט סטאַנדאַרדיזירט‟, און צוליב דעם האבן זיי באדארפט צו רופן „מינע־ליפֿשע ווישוואַנאַט” זי זאל סטאנדארדיזירן די אויסלייג און גראמאטיק (דקדוק).

לאמיר טאקע א מינוט זיך אפשטעלן און טראכטן. פון אויבן אױף זעהט טאקע אויס אז חסידישע אידיש האט נישט קיין סטאנדארט, ערשטנס – ווייל זיי האבן נישט אויפגעשטעלט א מוסד (ארגאניזאציע) אזוי ווי „ייווא‟ וואס האט די באציונג צו סטאנדארדיזירן. צווייטנס – ווייל מ’קען הערן און לײענען אסאך סארטן חסידישע אידיש אזוי ווי ירושלי’מע אידיש, חב״ד’סקע אידיש, סאטמערע אידיש, בארא פארקע אידיש אאז״וו, און זיי זענען אנדערש איינע פון צווייטע בעיקר מיט די הברה (ארויסרייד), ווערטער אוצר, סטייל פון שרייבן, און אויסשטעל פון זאצן. דאס אלעס קען טאקע נאטורליך צוברענגען צום מחשבה און מסקנה אז חסידישע אידיש האט נישט קיין סטאנדארט.

אבער אויב מ’קוקט אביסל טיפער, מ’לייענט היינטיגע פארשארבעטן, אדער מ’גלייכט צו די פארשידענע דיאלעקטן פון חסידישע אידיש און מ’שטעלט אס אנטקעגן כלל-שפראך, זעהט מען א גאנץ קלארע סטאנדארט וואס האט זיך אנטװיקלט פון זיך אליין. קיינער האט אס נישט געבויט. טאקע ס’זענען דא פארשידענע דיאלעקטן ביי די היינטיגע חסידים, אבער מ’קען אויך טרעפן די צד השווה, די בשותפות’דיגע חלקים וואס ביידע זענען מסכים. און אין זאכן וואס ס’זענען דא אזעלעכע וואס שרייבן אזוי און אזעלעכע אזוי, קען מען מאכן א כלל א מיטל צווישן די פארשידענע חסידישע דיאלעקטן און גיין לויט רוב חסידישע רעדנערס בתנאי אז דער אוסלייג לויטן רוב זאל זיין כאטש פארשטענדלעך דורכן מיעוט, אפילו אז זיי אליין וואלטן אזוי נישט געזאגט. און איך וועל געבן א פאר דוגמאות פון אזא מין חסידישע סטאנדארט:

פינטלעך סיסטעם: ווער ס’לייענט אביסל חסידישע ליטעראטור (איבער די גאנצע וועלט) קען גלייך באמערקן אז כמעט אלע נוצן פולע העברעישע פונטעלעך פאר קינדער ביכער און מאטעריאלן, און בכלל נישט קיין פינטלעך פאר דארוואקסענע. און ס’איז אן קיין ספק קלאר אז קיינער נוצט נישט די כלל-שפראך „מאזאיק סיסטעם” וואס מ’זעהט ביי כלל־יידיש.

אויסלייג פונעם ווארט: אז מ’לייענט היינטיגע צו אמאליגע חסידישע ביכער און צייטונגען ווערט מען געוואר אז רוב פון די מקורים נוצן ווערטער ווי מ’האט עס אמאל געשריבן, אזוי ווי: „יאר – יאהר‟, „יידיש – אידיש‟, „זעכציק – זעכציג‟ (אזוי ווי מיט אלע ווערטער וואס ענדיגן זיך מיט ק’); „וואו‟ אנשטאט ווו‟, און נאך א לאנגע רשימה פון ווערטער וואס האבן שוין היינט באקומען א סטאנדארט צווישן די חסידים.

גראמאטישע מין און קאסע (פאל/קייס), די לעצטע פארשונגען פון די חסידישע אידיש פארש פראיעקט (וואס איך בין א טייל פון זיי – א. ב.) האבן קלאר באוויזן אז חסידישע אידיש ארום די גאנצע וועלט האט נאכגעלאזט די גראמאטישע מין און קאסע (פאל/קייס). סיי ביי יונגע און אלטע, סיי ביי ווייבער און מענער. קיינער נוצט נישט די ארטיקלען „דער-די-דאס‟, אדער מאכט א אונטערשייד צווישן „גרויסע‟ און „גרויסער, אאז״ו. לגבי די שרייבן: רוב חסידים זאגן דאך „דע‟, אבער ווען ס’קומט צו שרייבן, אסאך שרייבן „די‟ פאר אלעס אדער פאר דער רוב. און א טייל מישן סתם אן קיין פלאן. די עלטערע רעדנערס פון ליטווישע דיאלעקטן צווישן די חסידים האבן אביסל מער „דער‟ און „די‟, און פון מאל צו מאל „דעם‟ אבער אויך זיכער נישט לויט דער סיסטעם פון כלל שפראך. צוליב דעם אויב מען זוכט א גוטע חסידישע סטאנדארט קען מען זאגן אז דאס איז: ביים שרייבן רוב מאל „די‟, און פון מאל צו מאל „דער‟ – אפשר ביי מער טראדיציאנעלע חשובע ווערטער אזוי ווי „דער רעבע‟ און „דער וועלט‟. און ביים רעדן איז די סטאנדארט „דע‟ – פאר אלעס.

ארויסרעד דיאלעקט: ארום אכציג פראצענט פון די חסידים רעדן היינט מיט א לשון וואס איז נאנט צו די גאליציאנע אדער הונגערישע לשון און די איבעריגע רעדן א לשון וואס איז נאנט צו א ליטווישע אדער אוקראינישע לשון. אבער אלע זענען מסכים אז שרייבן דארף מען כדי אלע זאלן פארשטיין, למשל: „צום‟ און נישט „צים‟ אא״וו. אן אינטערסאנטע זאך געשעהט אז א טייל שרייבן אויך: „פול‟ אנשטאט וואו ס’דארף זיין לויט כלל שפראך „פיל‟. און „ברודער‟ אנשטאט וואו ס’דארף זיין לויט כלל שפראך „ברידער‟, און דאס איז לכאורה נישט קיין טעות, נאר א נייע סטאנדארט. „אזוי ווי‟ אנשטאט „ווי‟, און „א וואו / וואו‟ אנשטאט „ווו‟, ווייל אין די הונגערישע און גאליציאנע אקצענט „ווי‟ און „ווו‟ קלינגען די זעלבע.

נייע ווערטער אדער אלטע ווערטער וואס כמעט נאר די חסידים היינט נוצן: איך וועל אויסרעכענען עטליכע אזוי ווי: ענק, עץ, דעיע, אונדז (אנשטאט מיר), דיע, אס (א נייע צושטעל פון „דאס‟ און „עס‟, נאר ביים רעדן). סלענג זאצן אזוי ווי „האקן א לעבן‟, „פיינע נייעס‟, „מאך א מוציא‟ און נאך. (חלק פון די ווערטער זענען נישט גערעדט דורך די ליטווישע חסידישע רעדנערס – אבער זיי פארשטייען זיי)

ווערטער פון אנדערע שפראכן: סלאווישע ווערטער: די חסידים וואס רעדן א מער רוסישע דיאלעקט האבן אסאך מער ווערטער פון סלאוויש, און די אנדערע ווייניגער, אבער די צד־השווה איז אז ביידע נוצן יא געוויסע ווערטער – אזי ווי „באבע זיידע‟, „קעשענע‟, „בלוזקע‟ אאז״וו. און די כלל קען זיין אז ווערטער א וואו ס’איז נישטא א קלארע אידישע אויסדרוק איז די סלאווישע ווארט געבליבן אויך ביי די הונגערישע, אבער א וואו ס’איז דא מער פון איין ווארט גייען די הונגערישע מער מיט די דייטשישע ווערטער אדער לשון קודש’דיגע ווערטער. און אויך — דארט וואו די סלאווישע ווארט איז אריין פריער אין אידיש איז דאס אויכעט געבליבן נאך ביז היינט.

לשון קודש’דיגע און אראמישע ווערטער: אויב מ’וויל טרעפן א חסידישע סטאנדארט דארף מען געדענקען אז די פרויען קענען ווייניגער די גמרא אויסדרוקן וואס די חסידישע מענער נוצן אסאך. וועגן דעם אין ממש פראבלעמאטישע פלעצער קען מען צושטעלן די איבערצעצונג צו אידיש גלייך נאכן אויסדרוק. אבער ווערטער אזוי ווי „מסתמא‟, „מהיכא תיתי‟, „כל שכן‟ „לכל הפחות‟ אאז״וו, פארשטיין געוונדליך די פרויען יא, אפילו אז זיי וואלטן דאס נישט אזוי גיך גענוצט.

העברעיש און ענגליש: אסאך פון די חסידים מישן טאג טעגליך ענגלישע ווערטער אדער ווערטער פון מאדערנע עברית. אבער אויב מ’וויל מאכן איז סטאנדארט איז עס גאנץ פשוט: כדי אריינצומישן אן ענגלישע אדער העברעישע ווארט דארפן פארקומען צוויי תנאים: 1) ווערטער וואס האבן נישט א קלארע ווארט דערפאר אויף אידיש 2) זיי מוזן זיין ווערטער וואס מ’נוצט אויך אויף עברית און אויך אויף ענגליש. למשל: טעלעפאן, פרידזידער, די כנסת, א קיבוץ, סמארטפאן, וואטסאפ אאז״וו. ווערטער וואס זענען נישט אין די סטאנדארט זענען אזוי ווי „מווון צו א ניי הויז‟ (זיך איבערציען אין א נייע דירה אויף ענגליש), „קויפן אין מכולת” ( קויפן אין געשעפט/קלייט), „קראסן א גאס‟ (אריבערגיין די גאס) און „אים וואטשן‟ (אים היטן). ס’איז איראניש וואס דווקא דעיע ווארט, “וואטשן‟, האב איך שוין געטראפן אויף דואלינגא אפילו אז אויפן חסידישער סטאנדארט אליין דארף דאס נישט זיין און אוודאי און אוודאי אויב דואלינגא דארף רעפרעזענטירן דעם כלל- שפראך’ס אויסלייג.

למסקנה קען מען זעהן אז ס’איז נישט אזוי שווער זעהן א סטאנדארט וואס איז גוט מיט אלע חסידישע דיאלעקטן און א וואו מ’טרעפט פראבלעמאטישע ווערטער קען מען גיין מיטן רוב כל זמן אז די מיעוט פארשטייט, און ס’איז נישטא קיין שום תירוץ פאר וואס נישט אנהייבן טאקע שרייבן די חסידישע סטאנדארט און נוצן די סטאנדארט. איך האב געמאכט אינטערוויוען מיט מער פון 100 חסידים פון ארום די גאנצע וועלט, און איך האב זיי געפרעגט: „וואס איז די בעסטע אידיש וואס דו קענסט?‟ און כמעט אלע האבן געענפערט אז די זשארנאל, „מעלות‟ איז דער בעסטע. און ווער ס’וועט א בליק טאהן דארט וועט זעהן אז זיי שרייבן נישט דעיע אלע געבארגטע ווערטער פון ענגליש, אפילו אז א ריזיגע טייל פון די אמעריקאנע חסידים נוצן עס טאג טעגליך. דאס באווייזט אז אויך ביי חסידים איז דא א אונטערשייד צווישן שונד שרייבן און הויך ליטעראטור וואס האט א סטאנדארט. און אפילו דער טיפישער חסיד ווייסט נישט און רעדט נישט די סטאנדארט, ווייסט ער כאטש אז ס’איז דא א בעסערע חסידישע אידיש פון דעם וואס ער רעדט.

איך טענה נישט אז ס’איז שוין דא הונדערט פראצענט א סטאנדארט אויף יעדן ווארט און אויף יעדן אויסדרוק, ווייל למעשה איז נאך נישט ארויס א קלארע בוך מיטן סטאנדארט. און איך וויל אויך נישט זאגן א דעה וועגן וואסערע סטאנדארט דארפן אלע נוצן – כלל שפראך אדער חסידיש. אבער זאגן אז חסידים האבן נישט קיין סטאנדארט און אז צוליב דעם קען מען נישט אויסלערנען חסידישע אידיש — דאס איז א גראבע טעות! און אפשר גאר אפיקורסות אדער עם הארצות. די נומער ווערטער וואס זענען נישט קלאר זענען זייער ווייניג. ס’איז יא דא כללים און ס’איז יא דא א סטאנדארט. און אויב מ’וואלט טאקע באמת געוואלט, וואלט מען יא געקענט מאכן דואלינגא אויפן חסידישן סטאנדארט.

Dive In

    Explore

    Most Popular

    In Case You Missed It

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.