ראַדיאָ־פּיעסע: אַן ענגלישע איבערזעצונג פֿון שלום אַשעס „דער טויטער מענטש“Radio play: Sholem Asch’s “The Dead Man” in English translation
„דער טויטער מענטש“ קומט פֿאָר אין די חורבֿות פֿון אַ פּוילישן שטעטל.

Graphic by Angelie Zaslavsky
דעם 25סטן אַפּריל וועט אויפֿגעפֿירט ווערן אין אינטערנעץ אַ נײַע ראַדיאָ־באַאַרבעטונג פֿון דער פּיעסע „דער טויטער מענטש“ פֿון שלום אַש אין אַ נײַער ענגלישער איבערזעצונג פֿון קאַראַיִד אָברײַען, מיט אַן אַנסאַמבל פֿון 24 אַקטיאָרן.
די פּיעסע, „דער טויטער מענטש“, האָט מען געשטעלט צום ערשטן מאָל אין 1922, אָבער זי איז ווייניקער באַקאַנט ווי אַנדערע פּיעסעס פֿון שלום אַש, ווי „גאָט פֿון נקמה“ און „מאָטקע גנבֿ“. די מעשׂה הייבט זיך אָן אין אַ פּויליש שטעטל אין די חורבֿות פֿון אַ שול, וואָס איז צעשטערט געוואָרן אין דער ערשטער וועלט־מלחמה. נאָך יאָרן פֿון הונגער, עפּידעמיעס און מיליטערישער צעשטערונג פֿאַרזאַמלען זיך די לעבן־געבליבענע ייִדן און פּרוּוון צוריק אויפֿצובויען זייער קהילה. דאָס איינציקע וואָס איז זיי פֿאַרבליבן איז זייער האָפֿענונג אויף אַ בעסער לעבן.
די פֿאָרשטעלונג וועט פֿאָרקומען 7 אַ זייגער אין אָוונט אין די ראַמען פֿונעם קולטור־פֿעסטיוואַל, „שטימען פֿון האָפֿענונג“, וואָס ווערט אָרגאַניזירט פֿון דער ניו־יאָרקער קולטור־אינסטיטוציע און קאָנצערטזאַל, „קאַרנעגי האָל“. די פּראָגראַם ווערט געשטיצט פֿונעם ייִדישן ביכער־צענטער אין אַמהערסט — דאָרט וווּ קאַרעד אָברײַען האָט אָנגעהויבן זיך לערנען ייִדיש מיט יאָרן צוריק. איר איבערזעצונג איז די ערשטע פֿולע ענגלישע איבערזעצונג פֿון דער פּיעסע.
אָברײַען אַרבעט שוין לאַנגע יאָרן ווי אַן אַקטריסע, אַ שרײַבערין און אַ פּראָדוצענטקע אין דער ייִדיש־וועלט. זיי זאָגט אָפֿט אַז אירע וועגווײַזערס זײַנען געווען די ייִדישע אַקטיאָרן ליובאַ קאַדיסאָן און סימאָר רעכטצײַט. עס גייט באַלד אַרויס אָברײַענס אַ בוך וועגן זיי אונטערן טיטל, „סימאָר און מרים: ייִדישער טעאַטער און ראַדיאָ אינעם 20סטן יאָרהונדערט“.
במשך פֿון די לעצטע יאָרן האָט אָברײַען איבערגעזעצט עטלעכע פֿון שלום אַשעס ווייניקער באַקאַנטע ווערק. די פּיעסע, „דער טויטער מענטש“, איז ספּעציעל שייך צו דער קאָוויד־תּקופֿה, ווײַל זי באַהאַנדלט אַזעלכע טעמעס ווי טויט און משוגעת. דער פֿאָרמאַט פֿון אַ ראַדיאָ־דראַמע איז פּאַסיק דאָ, ווײַל אין די 1930ער און 1940ער יאָרן איז דער ראַדיאָ געווען גאָר פּאָפּולער בײַ ייִדן, סײַ אויף ייִדיש סײַ אויף ענגליש.
It’s our birthday and we’re still celebrating!
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news.
This week we celebrate 129 years of the Forward. We’re proud of our origins as a Yiddish print publication serving Jewish immigrants. And we’re just as proud of what we’ve become today: A trusted source of Jewish news and opinion, available digitally to anyone in the world without paywalls or subscriptions.
We’ve helped five generations of American Jews make sense of the news and the world around them — and we aren’t slowing down any time soon.
As a nonprofit newsroom, reader donations make it possible for us to do this work. Support independent, agenda-free Jewish journalism and our board will match your gift in honor of our birthday!
