Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דזשיגאַן און שומאַכער: אױף דער בינע פֿונעם ייִדישן גלותDzigan and Schumacher: Actors on the stage of Jewish exile

נאָכן חורבן זײַנען זיי געװאָרן אַ לעבעדיקער דענקמאָל פֿאַרן אומגעקומענעם פּױלישן ייִדנטום.

Diego Rotman
The Yiddish Stage as a Temporary Home: Dzigan and Shumacher’s Satirical Theater (1927-1980)
De Gruyter, 2021, 380 PP

דער באַרימטער ייִדישער אַקטיאָר שמעון דזשיגאַן האָט צעטײלט זײַן אױטאָביאָגראַפֿיע, „דער כּוח פֿון ייִדישן הומאָר“, אין דרײַ טײלן׃ „פּױלן“, „ראַטן־פֿאַרבאַנד“ און „מדינת־ישׂראל“. דאָס זײַנען געװען דרײַ סטאַנציעס אױפֿן לעבנסװעג פֿון אַ היפּשער צאָל פּױלישע ייִדן, װאָס האָבן געהאַט דאָס גוטע מזל איבערצולעבן דעם חורבן אינעם ראַטן־פֿאַרבאַנד און דערנאָך צו באַזעצן זיך אין דער ייִדישער מדינה.

אױף זײער װעג האָבן זיי באַגלייט די צװײ מערקװירדיקע ייִדישע אַקטיאָרן, שמעון דזשיגאַן און ישׂראל שומאַכער. דזשיגאַן און שומאַכער האָבן פֿאַרמאָגט אַ ספּעציעלן טאַלאַנט און שעפֿערישן כּוח צו פֿאַרװאַנדלען די ביטערע דערפֿאַרונג פֿון גלות אין הומאָריסטישע נומערן, װאָס האָבן דערקװיקט און דערמונטערט זײער עולם אױף די ברײטע שטחים צװישן לאָדזש און טאַשקענט, תּל־אָבֿיבֿ און בוענאָס־אײַרעס.

זײער לעבן און קונסט איז די טעמע פֿון דער דאָקטאָר־דיסערטאַציע פֿון דיעגאָ ראָטמאַן, דעם פֿאַרװאַלטער פֿונעם טעאַטער־אָפּטײל אינעם העברעיִשן אוניװערסיטעט אין ירושלים. דער ענגלישער נוסח פֿון זײַן בוך, װאָס האָט שױן באַקומען דעם בכּבֿודיקן „שאַפּיראָ־פּרײַז“ אין ישׂראל, איז איצטער אַרױס אינעם דײַטשישן פֿאַרלאַג, „דע־גרױטער“. ראָטמאַן באַהאַנדלט מיט בקיאות די אַלע דרײַ תּקופֿות אין דעם לעבן פֿון זײַנע העלדן. דער לײענער פֿאָלגט זײ נאָך פֿון לאָדזש קײן װאַרשע, און װײַטער קײן ביאַליסטאָק, װאָס איז אַרײַנגעפֿאַלן אין סאָװעטישע הענט נאָכן אױסבראָך פֿון דער צװײטער װעלט־מלחמה. בעתן סאָװעטישן נע־ונד זײַנען דזשיגאַן און שומאַכער עטלעכע מאָל אַרעסטירט געװאָרן, אָבער סוף־כּל־סוף האָט זיך זײ אײַנגעגעבן צו פֿאַרלאָזן סטאַלינס מדינה און זיך אומצוקערן קײן פּױלן. פֿון פּױלן האָבן זײ זיך אין 1950 אַריבערגעקליבן קײן ישׂראל, אָבער זײ האָבן זיך באַזעצט דאָרט אויף שטענדיק ערשט אין 1958. אין צװישן האָבן זײ גאַסטראָלירט איבער די ייִדישע תּפֿוצות, איבער אײראָפּע, צפֿון־ און דרום־אַמעריקע.

די קינסטלערישע װאָרצלען פֿון דזשיגאַן און שומאַכרס טעאַטער זײַנען אין דער לאָדזשער טעאַטער־סטודיע, װאָס משה בראָדערזאָן האָט געשאַפֿן אין 1925. דאָס איז געװען אַ נײַער מין טעאַטער, װאָס האָט געפּרוּװט צו מאַכן אַ שידוך צװישן אַװאַנגאַרד און פֿאָלקסטימלעכקײט. דער אָפּרוף פֿונעם פּראָסטן ייִדישן עולם איז געװען ספּעציעל וויכטיק פֿאַר די צוויי קאָמיקער. זײ האָבן געמאַכט די צוקוקער פֿאַר אַ גלײַכן שותּף אין זײערע פֿאָרשטעלונגען. זײערע סקיצעס זײַנען געװען אַקטועל, שאַרפֿזיניק און אױך צוטריטלעך פֿאַר עמך. זײ האָבן כּסדר געשפּילט אין זײער הײמישן לאָדזשער דיאַלעקט, אָבער זײ האָבן זיך געקענט צופּאַסן צו אַנדערע דיאַלעקטן װען זײ האָבן געשפּילט אױף גאַסטראָלן.

די אַכט סאָװעטישע יאָר צװישן 1939 און 1947 זײַנען געװען די סאַמע דראַמאַטישע תּקופֿה פֿאַר דזשיגאַן און שומאַכער. אין סאָװעטישן ביאַליסטאָק האָבן זײ באַקומען אַן אַרבעט אינעם מלוכישן ייִדישן מיניאַטור־טעאַטער. צום באַדױערן, באַמערקט ראָטמאַן, זײַנען פֿון יענער תּקופֿה ניט פֿאַרבליבן קײן טעקסטן אָדער רעקאָרדירונגען פֿון זײערע פֿאָרשטעלונגען. מען קען זיך פֿאַרלאָזן בלױז אױף פּערזענלעכע זכרונות און רעצענזיעס אין דער סאָװעטישער פּרעסע. סײַ די, סײַ יענע מקורים לאָזן ניט שאַפֿן קײן אָביעקטיװ בילד פֿון זײער שעפֿערישקײט אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד. װען היטלער איז אָנגעפֿאַלן אױפֿן סאָװעטן־פֿאַרבאַנד אין יוני 1941, האָט דער ביאַליסטאָקער טעאַטער דעמאָלט גאַסטראָלירט אין אָדעס, און איז אין גיכן אַװעק קײן טורקמעניסטאַן אין צענטראַל־אַזיע. דאָ האָט די סאָװעטישע געהײם־פּאָליצײ אַרעסטירט דזשיגאַן און שומאַכער, אַ סבֿרה דערפֿאַר, ווײַל זײ האָבן געפּרוּװט צו פֿאַרלאָזן דאָס לאַנד צוזאַמען מיט דער פּױלישער אַרמײ. זײ האָבן פֿאַרבראַכט כּמעט פֿיר יאָר אין אַן אַרבעט־לאַגער אין קאַזאַכסטאַן, און האָבן, נאָך אַ סך מאַטערניש, סוף־כּל־סוף געקענט אַרױספֿאָרן קײן פּױלן.

די ערשטע פֿאָרשטעלונג אין פּױלן האָט געהײסן „אַבי מע זעט זיך“. „װען דער פֿאָרהאַנג האָט זיך אױפֿגעהױבן, זענען זײ בײדע, דזשיגאַן און שומאַכער, געשטאַנען אױף דער בינע און, נישט רעדנדיק גאָרנישט, געקוקט אױפֿן עולם“ — אַזױ האָט דאָס באַשריבן דער זשורנאַליסט לעאָן לענעמאַן. דאָס דאָזיקע לאַנגע שװײַגן, האַלט ראָטמאַן, „האָט באַטאָנט דעם גװאַלדיקן פֿאַרנעם פֿון דער קאַטאַסטראָפֿע און דעם לײדיקן חלל צװישן דעם עבֿר און דעם איצט.“ דאָס דאָזיקע שװײַגן האָט געמאַכט אַ שטאַרקן רושם אױפֿן עולם. נאָכן חורבן זײַנען דזשיגאַן און שומאַכער געװאָרן אַ מין לעבעדיקער דענקמאָל לזכר דעם אומגעקומענעם פּױלישן ייִדנטום. זײער שפּילן האָט געדינט װי אַ „פֿאַרבינדונג־מיטל מיטן עבֿר“, שרײַבט ראָטמאַן.

דער דריטער קאַפּיטל פֿון דער געשיכטע פֿון די קאָמיקער האָט זיך אױסגעשפּילט אין ישׂראל. זײ זײַנען אָנגעקומען דאָרט אין דער צײַט, װען די אָפֿיציעלע פּאָליטיק האָט געהאַלטן ייִדיש פֿאַר אַ געפֿערלעכן קאָנקורענט צו העברעיִש. שפּילן אױף ייִדיש איז געװען פֿאַרװערט פֿאַר אָרטיקע טעאַטער־טרופּעס. אַן אױסנאַם האָט מען געמאַכט פֿאַר אױסלענדישע גאַסטראָלן, און ביז 1958 האָבן דזשיגאַן און שומאַכער געהאַלטן זײער סטאַטוס װי אױסלענדער, געפּראַװעט גלות אינעם ייִדישן לאַנד. די ערשטע פֿאָרשטעלונג פֿון „אַבי מע זעט זיך“ אין תּל־אָבֿיבֿ איז געװען דער גרעסטער דערפֿאָלג אין דער ביז־דעמאָלטיקער געשיכטע פֿון טעאַטער אין ישׂראל. צוליב דעם דאָזיקן דערפֿאָלג, האַלט ראָטמאַן, האָט די רעגירונג באַשלאָסן צו באַגרענעצן זײערע ספּעקטאַקלען אין ישׂראל. סוף־כּל־סוף איז מען געקומען צו אַ פּשרה׃ אַ דריטל פֿון יעדער פֿאָרשטעלונג האָט געדאַרפֿט זײַן אױף העברעיִש. און אַזױ װי פֿריִער אין סאָװעטן־פֿאַרבאַנד, האָבן עטלעכע ישׂראלדיקע רעצענזענטן קריטיקירט דזשיגאַן און שומאַכער וואָס זיי זײַנען ניט גענוג פּאַטריאָטיש. אָבער דזשיגאַן האָט שפּעטער געשריבן, אַז דװקא די פּני פֿון דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק און קולטור זײַנען געװען זײערע סאַמע געטרײַסטע צושױער און האָבן אָפּגעשאַצט זײערע װיצן און רמזים.

נאָך שומאַכערס טױט אין 1961 האָט דזשיגאַן ממשיך געװען זײַן קאַמף פֿאַר אַן אַקטועלן ייִדישן טעאַטער, װאָס זאָל אָפּשפּיגלען דאָס טאָג־טעגלעגע לעבן, באַהאַנדלען סאַטיריש די ישׂראלדיקע פּאָליטיק, און דערבײַ בלײַבן געטרײַ דער טראַדיציע פֿון בראָדערזאָנס מיניאַטור־טעאַטער. אָבער מיט דער צײַט האָט ער געפֿילט, אַז ער באַקומט מער ניט דעם געהעריקן אָפּרוף פֿונעם ישׂראלדיקן עולם. זײַן פֿאַרדראָס מיטן מצבֿ פֿון ייִדיש אין ישׂראל איז געװאַקסן מיט דער צײַט, און ניט אײן מאָל האָט ער ביטערלעך אַ זאָג געטאָן׃ „װאָלט איך ניט געװען אַ פֿאַרברענטער פּאַטריאָט, װאָלט איך זיך שױן לאַנג געשמדט און געדרשנט אַנטיסעמיטיזם איבער דער גאַנצער װעלט“. דזשיגאַן האָט זיך איראָניש פֿאַרגליכן מיטן כּותל־המעבֿי, אַ רעשט פֿונעם אַלטן צעשטערטן בית־המקדש פֿון ייִדיש.

דזשיגאַן און שומאַכער זײַנען געבליבן געטרײַ ייִדיש אין משך פֿון זײער גאַנץ לעבן. דאָס הײסט, שרײַבט ראָטמאַן, אַז נאָכן חורבן האָבן זײ מער ניט געהערט צו קײן באַשטימטן אָרט און האָבן פֿרײַװיליק געפּראַװעט גלות אין מדינת־ישׂראל. זײערע פֿאָרשטעלונגען אױף ייִדיש האָבן געדינט װי אַ מין הײמישער מקום־מיקלט פֿאַר זײער פּובליקום איבער דער גאַנצער װעלט, כּל־זמן דער דאָזיקער עולם האָט נאָך געלעבט.

A message from Forverts editor Rukhl Schaechter

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.

In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.

Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Support the Yiddish Forverts with a generous gift to the Forverts today!

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.