פּרעמיערע: פֿינף קאָמפּאָזיציעס פֿון קלאַסישער מוזיק אינספּירירט פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידערPremiere: Five classical music compositions inspired by Yiddish folk songs
דער קאָנצערט וועט אויך אַרײַננעמען אַרכיוואַלע ווידעאָס פֿון עלטערע ייִדישע פֿאָלקסזינגער וואָס זינגען די לידער ווי אַמאָל אין מיזרח־אייראָפּע.
מיט צוויי יאָר צוריק האָט אַלעקס ווײַזער, דער דירעקטאָר פֿון עפֿנטלעכע פּראָגראַמען בײַם ייִוואָ, געבעטן קאָמפּאָזיטאָרן צו שאַפֿן נײַע ווערק אויפֿן סמך פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער. פֿאַראַיאָרן האָט מען אָפּגעהאַלטן די פּרעמיערע פֿון די נײַע ווערק אויף אַ קאָנצערט, „די אָנגייענדיקע עוואָלוציע: דאָס ייִדישע פֿאָלקסליד אין דער קלאַסישער מוזיק“. אַ ווידעאָ דערפֿון קען מען זען דאָ.
מיטוואָך, דעם 21סטן אַפּריל, 1:00 נאָך מיטאָג ניו־יאָרקער צײַט, וועט מען ממשיך זײַן מיט דער סעריע. אין דעם קאָנצערט, „די אָנגייענדיקע עוואָלוציע — צוויי“, וועט מען הערן די פּרעמיערעס פֿון פֿינף קאָמפּאָזיציעס אינספּירירט פֿון ייִדישע פֿאָלקסלידער, און דערבײַ אויך ווײַזן אַרכיוואַלע פֿילמען, וווּ עכטע פֿאָלקסזינגער פֿון פֿריִערדיקע דורות פֿירן אויס די לידער פּונקט ווי מע האָט זיי געזונגען פֿאַר דער מלחמה אין מיזרח־אייראָפּע.
די פּראָגראַם וועט אַרײַננעמען נײַע ווערק פֿון דערעק דייוויד, דייוויד לודוויג, דען שאָר, דניאל שלאָסבערג און אורי שעכטער און מרדכי צבֿי ראָסל, וואָס האָבן געשאַפֿן זייער קאָמפּאָזיציע צוזאַמען.
די פּראָגראַם וועט טראַנסמיטירט ווערן אָנלײַן און איז בחינם. כּדי צו באַקומען אַ דערמאָנונג וועגן דעם, פֿאַרשרײַבט זיך דאָ.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO