Alex Weiser by the Forward

אַלבאָם ייִדישע לידער נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער“

Album of Yiddish songs is nominated for a Pulitzer

Image by Alex Weiser

די  יערלעכע „פּוליצער־פּריזן“, וואָס ווערן אויסגעטיילט פֿון קאָלומביע־אוניווערסיטעט, זענען מסתּמא די חשובֿסטע אַמעריקאַנער פּרעמיעס לכּבֿוד דער אַרבעט פֿון זשורנאַליסטן. קאָלומביע־אוניווערסיטעט טיילט אויך אויס „פּוליצערס“ פֿאַר אויסגעצייכנטע ביכער און מוזיקאַלישע קאָמפּאָזיציעס. להיפּוך צו כּמעט אַלע באַרימטע פּריזן אַזוי ווי די אָסקאַרס און גרעמיס, וואָס לאָזן וויסן פֿון פֿריִער וועלעכע אַקטיאָרן צי מוזיקער מע האָט נאָמינירט, ווייסט קיינער ניט ביז מע אַנאָנסירט די געווינער, וועמען מע האָט שוין געהאַט נאָמינירט פֿאַר די „פּוליצערס“. (דער קאָמיטעט פֿון די „נאָבל־פּרעמיעס“ זאָגט אויך ניט אויס וועמען מע האָט נאָמינירט אַחוץ דעם געווינער ביז 50 יאָר שפּעטער!)

מאָנטיק האָט מען געלאָזט וויסן, אַז דער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַזער איז נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער“ פֿאַר זײַן אַלבאָם לידער ”און אַלע טעג זענען געווען פּורפּורן“, וואָס נעמט אַרײַן לידער פֿון אַנאַ מאַרגאָלין, רחל קאָרן און אַבֿרהם סוצקעווער באַגלייט פֿון ווײַזערס קאָמפּאָזיציעס.

כאָטש דער אַלבאָם האָט באַקומען גוטע אָפּרופֿן אין דער פּרעסע, אַרײַנגערעכנט אַ גלענצנדיקע רעצענזיע אינעם „ניו־יאָרקער“, איז אַן אַלבאָם ייִדישע קונסטלידער ניט דער מין פּראָיעקט, וואָס ווערט אָפֿט נאָמינירט פֿאַר אַזאַ חשובֿער פּרעמיע. במשך פֿון די לעצטע פּאָר יאָר האָבן די „פּוליצער“־מוזיק־זשוריען אָבער אויסגעקליבן אַ גרעסערע גאַמע פּראָיעקטן ווי אין פֿריִערדיקע יאָרן, ווען די זשורי־מיטגלידער זענען באַטראַכט געוואָרן ווי קינסטלעריש קאָנסערוואַטיווע. אין 2018, למשל, האָט דער ראַפּער קענדריק לאַמאַר געוווּנען פֿאַר זײַן אַלבאָם DAMN און הײַיאָר האָט מען אויסגעטיילט די פּרעמיע אַנטאָני דייוויס פֿאַר זײַן אָפּערע וועגן די פֿינף אומשולדיקע ניו־יאָרקער אַפֿריקאַנער אַמעריקאַנער ייִנגלעך, באַקאַנט ווי די „צענטראַל־פּאַרק־פֿינף“, וועמען מע האָט אײַנגעזעצט אין תּפֿיסה אויף לאַנגע יאָרן פֿאַר אַ ברוטאַלן אָנפֿאַל אויף אַ פֿרוי, וואָס זיי זענען ניט באַגאַנגען. עס ווײַזט זיך אַרויס, אַז אַ דאַנק איר הײַנטיקן ברייטן פֿאַרנעם קען די זשורי אויך אָפּשאַצן ייִדישע לידער.

פֿון דער אַנדערער זײַט, האָט די נאָמינאַציע, אַוודאי, ווייניקער צו טאָן מיטן ייִדישן טעקסט איידער מיט ווײַזערס קאָמפּאַזיציעס, וואָס בינדן צונויף די קלאַסישע מוזיק פֿון אַמאָל מיט נאָוואַטאָרישע עלעמענטן וואָס דערמאָנען דעם צוהערער סײַ אין דעם הײַנטיקן דור אַמעריקאַנער קאָמפּאָזיטאָרן, סײַ אין די קלאַנגען פֿונעם מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדישן אַמאָל.

מיר ניו־יאָרקער קענען אָפֿט געניסן פֿון ווײַזערס מוזיקאַלישן טאַלאַנט בײַם ייִוואָ, וווּ ער אַרבעט ווי דער דירעקטאָר פֿון עפֿנטלעכע פּראָגראַמען. ניט בלויז אָרגאַניזירט ער אונטערנעמונגען וואָס נעמען אַרײַן זײַנע אייגענע קאָמפּאָזיציעס, נאָר אויך, און בפֿרט, די מוזיק פֿון צענדליקער באַקאַנטע און כּמעט פֿאַרגעסענע ייִדישע קאָמפּאָזיטאָרן. ביז די פּאַסקודנע קאָראָנאַווירוס־מגפֿה וועט פֿאַרשווינדן, וועט דער עולם זיך דאַרפֿן באַנוגענען מיטן הערן די שוין פֿאָרגעקומענע קאָנצערטן, וואָס מע קען זען אויף יוטוב.   

אַלבאָם ייִדישע לידער נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער“

Your Comments

The Forward welcomes reader comments in order to promote thoughtful discussion on issues of importance to the Jewish community. All readers can browse the comments, and all Forward subscribers can add to the conversation. In the interest of maintaining a civil forum, The Forward requires that all commenters be appropriately respectful toward our writers, other commenters and the subjects of the articles. Vigorous debate and reasoned critique are welcome; name-calling and personal invective are not and will be deleted. Egregious commenters or repeat offenders will be banned from commenting. While we generally do not seek to edit or actively moderate comments, our spam filter prevents most links and certain key words from being posted and the Forward reserves the right to remove comments for any reason.

Recommend this article

אַלבאָם ייִדישע לידער נאָמינירט געוואָרן פֿאַר אַ „פּוליצער“

Thank you!

This article has been sent!

Close