Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

נײַע אָפּערע וועגן טעאָדאָר הערצל אַנטפּלעקט אַ קאָמפּליצירטע נאַטורNew Opera About Theodor Herzl Explores His Complex Nature

דאָס ווערק פֿאַרמענטשלעכט אַ היסטאָרישע פֿיגור, וואָס איז הײַנט גיכער באַקאַנט ווי אַ סימבאָל געשאַפֿן דורך זײַנע נאָכגייער איידער אַן עכטער מענטש.

כּדי צו שאַפֿן אַ געלונגענע היסטאָרישע אָפּערע, דאַרף מען קודם געפֿינען אַ היסטאָרישע געשטאַלט, וואָס ציט צו דעם אינטערעס פֿונעם עולם. אַזאַ העלד דאַרף האָבן טעמעס וועגן וואָס צו זינגען און וועגן וואָס צו זאָגן און ער מוז עס טאָן אויף אַ דראַמאַטישן אופֿן. ער דאַרף האָבן אַ שטאַרקע ווירקונג אויף די געשעענישן פֿון זײַן צײַט, און זײַן אַ מענטש וואָס לײַדט צוליב זײַנע טעטיקייטן. עס שאַט אויך ניט, אויב דער דאָזיקער מענטש זאָל פֿאַרמאָגן אַ היפּוכדיקן כאַראַקטער און זאָל אַליין ניט זײַן אין גאַנצן איבערגעצײַגט וועגן דער גערעכטיקייט פֿון זײַנע באַשלוסן, שוין אָפּגערעדט פֿון דער פּאָליטישער באַוועגונג, וואָס ער האָט אינספּירירט.

פּונקט אַזאַ העלד האָט דער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַזער און דער ליברעטיסט בען קאַפּלאַן געפֿונען אינעם געשטאַלט פֿון טעאָדאָר הערצל, דער זשורנאַליסט און גרינדער פֿונעם מאָדערנעם פּאָליטישן ציוניזם, וועמענס שטורמיש און טראַגיש לעצט יאָר פֿון זײַן לעבן ווערט געשילדערט אין זייער נײַער אָפּערע „דער יודענשטאַט — אָדער דער מצבֿ פֿון די ייִדן‟. די שאַפֿער פֿון דער אָפּערע, וואָס זענען אויך קאָלעגן בײַם „ייִוואָ‟, וווּ ווײַזער פֿירט אָן מיט די עפֿנטלעכע פּראָגראַמען און קאַפּלאַן — מיט די דערציִונג־פּראָגראַמען, אַרבעטן שוין עטלעכע יאָר אויף דער אָפּערע.

אין 2018 האָבן זיי צום ערשטן מאָל אינסצענירט טיילן פֿון דער אָפּערע ווי סטיפּענדיאַטן בײַ דער ייִדישער קולטור־פּראָגראַם „לאַבאַ‟. די וואָך וועט מען צום ערשטן מאָל פֿאָרשטעלן די גאַנצע אָפּערע בײַם ייִדישן Y אויף דער פֿופֿציקסטער גאַס אין מאַנהעטן.

Alex Weiser

דער קאָמפּאָזיטאָר אַלעקס ווײַזער Image by Courtesy of Alex Weiser

דער כּוח פֿון דער אָפּערע בכלל, און פֿון הערצל ווי אַ העלד בפֿרט, איז דער גרויסער אונטערשייד צווישן דעם באַקאַנטן אימאַזש פֿונעם גרינדער פֿונעם פּאָליטישן ציוניזם פֿון איין זײַט, און דער לעבנסגעשיכטע פֿונעם מענטש אַליין, וואָס האָט געליטן פֿון כּלערליי פּערזענלעכע און פּראָפֿעסיאָנעלע צרות, פֿון דער צווייטער. יענע צרות אַנטפּלעקן זיך בפֿירוש אין דער אָפּערע בעת די סצענעס וואָס שילדערן הערצלס אָנגעשטרענגטע באַציִונגען מיט זײַן פֿרוי זשולי, וועלכע האָט בכלל ניט געהאַלטן פֿון זײַנע פּאָליטישע טעטיקייטן.

די דראַמאַטישע, געזונגענע קריגערײַען צווישן מאַן און ווײַב וועגן הערצלס אחרית צו זײַן פֿאָלק און ווי עס קומט אין סתּירה מיט זײַנע התחייבֿותן צו דער אייגענער משפּחה, דינט ווי אַ בולטן קאָנטראַסט צו דער גרויסער פּאָמפּע און אַפֿילו התפּעלות, מיט וועלכע הערצל ווערט אויפֿגענומען דורך אַ טייל פֿון די ייִדישע מאַסן. מע זעט למשל, ווי הערצל באַזוכט ווילנע אין אויגוסט 1903 און די יונגע ייִדן באַגריסן אים מיט געזאַנג (און טאַקע אויף ייִדיש), באַטראַכטנדיק אים ממש ווי אַ נבֿיא. כאָטש די ייִדישע מאַסן האַלטן פֿון הערצל אַ וועלט, הייבן שוין אָן די אַנדערע פֿירער פֿון דער ציוניסטישער באַוועגונג צו צווייפֿלען אין אים.

Ben Kaplan

דער ליברעטיסט בען קאַפּלאַן Image by Courtesy of Alex Weiser

מיט צוויי וואָכן שפּעטער פֿאָרט הערצל קיין באַזל, וווּ ער טרעט אויף אויפֿן זעקסטן ציוניסטישן וועלטקאָנגרעס. זײַן פּרוּוו איבערצוצײַגן די דעלעגאַטן אָנצונעמען דעם פּלאַן, אַז די ייִדן זאָלן זיך צײַטווײַליק באַזעצן אין אוגאַנדע, דערפֿירט צו שטורמישע פּראָטעסטן מצד דער דעלעגאַציע פֿון רוסלאַנד. די דראַמאַטישע סצענע, צוזאַמען מיט הערצלס רײַזע קיין פּעטערבורג כּדי זיך צו טרעפֿן מיט פֿאָרשטײַער פֿון דער רוסישער רעגירונג, ווערן געשילדערט אין איינעם מיט הערצלס אַלץ מער אָפּגעשוואַכטן געזונט־מצבֿ. אַפֿילו אַז מע ווייסט אַז הערצל וועט אָט־אָט שטאַרבן, איז עס נאָך אַלץ אַ שאָק פֿאַרן צוקוקער ווען דער העלד הויכט אויס די נשמה צו 44 יאָר.

אַזוי ווי אַלע פּאָליטישע פֿירער, וואָס שטאַרבן יונגערהייט און ווערן מגולגל אין אַ סימבאָל, איז דער עכטער טעאָדאָר הערצל געווען אַ סך מער קאָמפּליצירט און אינטערעסאַנט ווי די צוויי־דימענסיאָנעלע פֿיגור, וואָס זײַנע נאָכגייער האָבן שפּעטער פֿאַרשפּרייט. „דער יודענשטאַט — אָדער דער מצבֿ פֿון די ייִדן‟ — וואָס ווערט וווּנדערלעך פֿאָרגעשטעלט און געזונגען דורך אַ טאַלאַנטירטער טרופּע זינגער מיט די סאָלאָיִסטן מאַריאָ דיאַז מאָרעסקאָ (טעאָדאָר הערצל) און קריסטין גאָרנשטיין (דזשולי הערצל) בראָש — פֿאַרמענטשלעכט דעם געשטאַלט פֿון טעאָדאָר הערצל און באַקענט דעם עולם מיט פֿאַרגעסענע אַספּעקטן פֿונעם מענטש, וואָס האָט אינספּירירט דעם מאָדערנעם ציוניזם.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.