ייִדישער פֿאָרשער, אַנאַטאָלי נפֿתּלי קערזשנער, פּלוצלינג אַוועק צו 41 יאָרYiddish researcher Anatoliy (Naftole) Kerzhner dies suddenly at 41
אַ באַגאַבטער ייִדיש־לערער, האָט ער אַרויסגעגעבן דאָס ערשטע הײַנטצײַטיקע ייִדיש־לערנבוך אויף אוקראַיִניש.
עס איז אומגעהייער אומעטיק און פּײַנלעך צו שרײַבן וועגן אונדזער נפֿתּלי, טאָליק, אַנאַטאָלי קערזשנער, דאָס וואָרט „געווען‟.
נאָר מיט אַ חודש צוריק האָבן מיר זיך איבערגעוואָרפֿן ווי געוויינלעך מיט קורצע בריוועלעך, באַהאַנדלט מענדעלעס העברעיִשע איבערזעצונג פֿון „שלמה רב חיימס‟ און שלום ביילינס פֿאָלקלאָריסטישע ירושה און פּלוצעם שאַרף און אָן־רחמנותדיק – „געווען‟… ער איז אַוועק שטילערהייט, אַזוי ווי ער האָט געלעבט, און געלאָזט נאָך זיך אַ ריזיקן בלויז אי בײַ זיך אין דער היים, אי אינעם האַרץ פֿון זײַנע חבֿרים, אי אינעם תּחום פֿון הײַנטצײַטיקע ייִדישע שטודיעס, באַזונדערס אין אוקראַיִנע.
אינגאַנצן 41 יאָר אַלט, אַ געטרײַער פֿרײַנד, אַן איבערגעגעבענער קאָלעגע, אַ גוואַלדיקער קענער, אַ וווילער, ליכטיקער און גוטהאַרציקער פּאַרשוין. געבוירן געוואָרן איז ער אין וויניצע אין 1979. מיר האָבן זיך באַקענט אינעם סאַמע אָנהייב 2000ער — אין דער צײַט פֿון מײַן ייִדיש־לערערײַ בעת דעם ערשטן אוקראַיִנישן כּליזמר־פֿעסטיוואַל – אַ רויטלעכער בחור מיטן פֿלאַמענדיקן פּינטעלע ייִדיש אין די אויגן, וואָס האָט זיך פֿאָרגעשטעלט ווי „נפֿתּלי‟. יענעם וווּנדערבאַרן זומער האָב איך געטראָפֿן נאָך אַזעלכע אויגן, אָבער מיט די יאָרן זײַנען פֿאַרבליבן מיט מיר נאָר יחידי־סגולה און נפֿתּלי בתוכם.
ער האָט דעמאָלט נאָר וואָס אָנגעהויבן אַרבעטן אינעם קיִעווער יודאַיִסטיק־אינסטיטוט – באַלד נאָכן פֿאַרענדיקן מיט אויסצייכענונג דעם יודאַיִסטיק־פֿאַקולטעט פֿונעם סאָלאָמאָן־אוניווערסיטעט אין קיִעוו. באַהערשנדיק גלענצנדיק אי ייִדיש אי עבֿרית, האָט ער זיך פֿאַרנומען מיט קאַטאַלאָגן און אַרכיוון. זינט דעמאָלט אָן איז ער תּמיד געווען גרייט צו העלפֿן אַלעמען אָן שום אויסנאַם מיט אַרכיוו־מאַטעריאַלן, און אַ טייל פֿון מײַנע פּובליקאַציעס וואָלטן פּשוט ניט געזען די ליכט אָן זײַן ברייטהאַרציקער הילף.
נאָר דאָס וויכטיקסטע איז געווען פֿאַר אים דווקא ייִדיש – ווי אַ דרך־חיים, ווי אַ גורל. וועגן דעם האָבן מיר געשמועסט לענגער ווען ער איז געקומען קיין ישׂראל אויף א זומערקורס אין תּל־אָבֿיבֿ, זיצנדיק אויף אונדזער טעראַסע אין די בנימין־בערג, אַזוי יונג אויף יענעם בילד. אַ פּאָר יאָר שפּעטער איז ער געוואָרן אַ וויסנשאַפֿטלעכער מיטאַרבעטער פֿונעם אינסטיטוט פֿון פּאָליטישע און עטנאָ־נאַציאָנאַלע פֿאָרשונגען א״נ איוואַן קוראַס בײַ דער אַקאַדעמיע פֿון וויסנשאַפֿטן פֿון אוקראַיִנע.
הגם קיין ממשותדיקע פּרנסה האָט עס ניט געבראַכט, איז ער געווען גאָר שטאָלץ מיט דעם, אַז זײַן אָפּטייל פֿון ייִדישער געשיכטע און קולטור איז אַ דירעקטער יורש פֿונעם אַמאָליקן „קאַבינעט פֿון ייִדישער קולטור‟ אונטער דער אָנפֿירונג פֿון עליע ספּיוואַק, איינער פֿון די קרבנות פֿונעם בייז־באַוווּסטן סטאַליניסטישן אַנטיסעמיטישן טעראָר, און אַז ער איז זוכה פֿאָרצוזעצן די פֿאָרשערישע אָרבעט איבערגעריסן אַזוי ברוטאַל אין 1949.
אַן אַקטיווער אָנטיילנעמער פֿון אַקאַדעמישע קאָנפֿערענצן און עטנאָגראַפֿישע עקספּעדיציעס, אַ באַגאַבטער ייִדיש־לערער אויף פֿאַרשיידענע קורסן און סעמינאַרן, האָט ער צוגעגרייט און אַרויסגעגעבן אין טשערנאָוויץ דאָס ערשטע הײַנטצײַטיקע ייִדיש־לערנבוך אויף אוקראַיִניש, געדרוקט וויסנשאַפֿטלעכע אַרטיקלען וועגן מיזרח־אייראָפּעיִשן ייִדנטום, חסידיזם, ייִדיש אד״ג אויף פֿאַרשיידענע שפּראַכן (זײַנע שפּראַך־קענטענישן האָבן אַרומגענומען רוסיש, אוקראַיִניש, ייִדיש, עבֿרית, ענגליש, דײַטש, פּויליש, מיטן צוגאָב פֿון לאַטײַן און אַראַמיש), ווי אויך מאָנאָגראַפֿיעס וועגן די ייִדישע היסטאָריקער יצחק שיפּער, מאיר באַלאַבאַן, עמנואל רינגעלבלום און דעם ייִדישן שרײַבער ראובֿן בריינין.
אַ באַשיידענער מענטש, וואָלט ער אפֿשר זיך געשעמט, אַז מע זאָל ריידן וועגן אים צו פֿיל. זיכער וואָלט ער פֿאָרגעלייגט, אַז מע זאָל מער דערמאָנען דעם שווערן ברויט פֿון אַ פֿאָרשער אַן ייִדישיסט אין אוקראַיִנע הײַנט צו טאָג, דעם מאָדנעם מצבֿ אין דער אוקראַיִנישער אַקאַדעמיע און באַזונדערס אין דעם קוראַס־אינסטיטוט, וווּ מע האָט באַשלאָסן אין אַ געוויסן מאָמענט אָפּצושאַפֿן די ייִדישע שפּראַכלעך־קולטוראָלאָגיש־היסטאָרישע פֿאָרשונגען לטובֿת „מער אַקטועלער‟ פּאָליטאָלאָגיע, צי די ניט־קלאָרע פּערספּעקטיוון פֿונעם נײַעם ייִדישן צענטער בײַם טאַוורידע־אוניווערסיטעט (וואָס איז אַריבער קיין קיִעוו פֿונעם האַלב־אינדזל קרים), מיט וועלכן ער האָט אָנגעפֿירט אין דער לעצטער צײַט, זיך צערײַסנדיק צווישן זײַן היימשטאָט וויניצע און קיִעוו.
אַליין וואָלט ער אַוודאי דערציילט מיט התלהבֿות וועגן די שאָך־נצחונות פֿון זײַנע טאַלאַנטירטע קינדער — לעוו, דניאל און נעליע, אָדער זיך באַרימט מיט די זשורנאַליסטישע דערפֿאָלגן פֿון זײַן פֿרוי וויקטאָריע, זאָלן זיי מער ניט וויסן פֿון קיין צער. און בעסער, וואָלט ער געזאָגט מיט זײַן שעמעוודיקן שמייכל, לאָמיר זיך אַוועקזעצן און לערנען אַ בלאַט גמרא. ס’אי׳ דאָ מענטשן, וואָס דו זעסט זיי גאָר אָפֿט, אָבער פֿאָרט בלײַבן זיי עפּעס ווײַטלעך, און ס’אי׳ דאָ אַזעלכע, וואָס דו זעסט זיי זעלטן, אָבער זיי זײַנען תּמיד נאָענט. צו די לעצטע האָט צוגעהערט אונדזער נפֿתּלי, טאָליק, אַנאַטאָלי קערזשנער ז״ל. זאָל ער האָבן א ליכטיקן גן־עדן.
A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.
If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.
Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor