ייִדישער ביכער־צענטער באַקומט גרויסע סובווענץYiddish Book Center receives major grant
די סובסידיע פֿון $350,000 איז אַ גרויס געווינס פֿאַרן פּראָיעקט פֿון בעל־פּה־געשיכטעס.

Image by Yiddish Book Center
דער ייִדישער ביכער־צענטער האָט באַקומען אַ סובווענץ פֿון $350,000 פֿונעם אַמעריקאַנער מלוכישן עולמות־פֿאָנד פֿאַר הומאַנטיסטיק, דעם National Endowment for the Humanities פֿאַר זײַן אָנגעזעענער סעריע ווידעאָ־אינטערוויוען מיט ייִדן איבער דער וועלט, באַקאַנט ווי דער פּראָיעקט פֿון בעל־פּה־געשיכטעס אויפֿן נאָמען פֿון וועקסלער.
דער ביכער־צענטער איז איינע פֿון בלויז 34 אָרגאַניזאַציעס איבערן לאַנד, וואָס האָבן באַקומען סובווענצן פֿון דעם מין. אין גאַנצן האָט דער NEH אויסגעטיילט 24 מיליאָן דאָלאַר.
אין די ראַמען פֿונעם וועקסלער־פּראָיעקט האָט מען שוין אינטערוויויִרט איבער אַ טויזנט מענטשן פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער שפּראַך און קולטור. די אינטערוויוען זײַנען, דער עיקר, אויף ענגליש און ייִדיש, אָבער מע האָט זיי אויך געמאַכט אויף רוסיש, פֿראַנצייזיש און פּאָרטוגעזיש — אין אַכצן פֿאַרשיידענע לענדער. די ווידעאָס פֿון די אינטערוויוען ווערן אַ טייל פֿון אַ גרויסן ווידעאָ־אַרכיוו אין אינטערנעץ.
דער ביכער־צענטער האָט שוין פֿריִער באַקומען אַזאַ NEH-סובווענץ פֿאַרן זעלבן פּראָיעקט, וואָס האָט דעמאָלט געשטיצט די אַרבעט צו טראַנסקריבירן און אינדעקסירן די אינטערוויוען. די נײַע סובווענץ וועט העלפֿן צו מאַכן מער צוטריטלעך די אינטערוויוען אין די פֿאַרשיידענע קאַטאַלאָגן און זוך־מאַשינען, וואָס באַדינען ביבליאָטעקן און אַנדערע ווינסשאַפֿטלעכע פּלאַטפֿאָרמעס. אַזוי וועלן פֿאָרשערס און סטודענטן קענען גרינג געפֿינען דעם מאַטעריאַל וואָס איז שייך צו זייער פֿאָרשונג.
קריסטאַ וויטני, וואָס פֿירט אָן מיטן וועקסלער־פּראָיעקט שוין איבער צען יאָר לאַנג, האָט אַליין געפֿירט אַ סך פֿון די אינטערוויוען. אין 2020 האָט דער פֿאָרווערטס זי אָנערקענט ווי אַ טייל פֿון די Forward 50 — אַ רשימה פֿון די השפּעהדיקסטע מענטשן אין דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
Did you know that only 2% of Forward readers donate to support our nonprofit newsroom? That 2% make it possible for millions to read the Forward without a paywall or subscription — removing any barriers to the full and fair Jewish story.
But while the Forward is free to read, it isn’t free to produce. Big stories — like deep dives into the antisemitism data, political scoops or reporting trips to college campuses — take months of research and fact-checking. All while we keep you informed of what you need to know each day.
— Rachel Fishman Feddersen, Forward Publisher & CEO
