Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

דוד אָפּענהײם – אַ גבֿיר מיט אַ חשק פֿאַר ייִדישע ביכערDavid Oppenheim — a wealthy man with a passion for Jewish books

אָפּענהײמס ביכער זײַנען אַ יסוד פֿון דער יודאַיִקאַ־זאַמלונג פֿונעם אָקספֿאָרדער אוניווערסיטעט.

Joshua Teplitsky
Prince of the Press: How One Collector Built History’s Most Enduring and Remarkable Jewish Library
Yale University Press, 2019, 336 PP

יעדער פֿאָרשער פֿון דער אַלטער ייִדישער ליטעראַטור איז באַקאַנט מיט דער װערטפֿולער ביכער־זאַמלונג פֿונעם אָנגעזעענעם רבֿ דוד אָפּענהײם, װאָס געפֿינט זיך אין דער באָדלעאַנער ביבליאָטעק פֿונעם אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט.

די דאָזיקע זאַמלונג איז כּולל בערך פֿיר מיט אַ האַלב טױזנט געדרוקטע ביכער און אײן טױזנט כּתבֿ־ידן, װאָס ר’ דוד אָפּענהײם (1664־1736) האָט אָנגעזאַמלט אין משך פֿון זײַן לעבן. אָפּענהײם איז געװען אַ מערקװערדיקע פּערזענלעכקײט. ער האָט געצױגן זײַן ייִחוס פֿון אַ רײַכער און חשובֿער משפּחה מיט טיפֿע היסטאָרישע װאָרצלען אין דער דײַטשישער שטאָט, װאָרמס. ער האָט זיך געלערנט בײַ די בעסטע מלמדים, און האָט אין עלטער פֿון 27 יאָר פֿאַרנומען די בכּבֿודיקע רבנישע שטעלע אין מערן. שפּעטער איז ער געװאָרן דער הױפּט־רבֿ פֿון פּראָג.

אָבער אָפּענהײמס טעטיקײט איז געווען ברייטער ווי זײַנע רבנישע אַחריותן. ער איז אויך געװען פֿאַרטאָן אין אַ סך פּאָליטישע ענינים און געשעפֿטלעכע עסקים איבער גאַנץ מיטל־אײראָפּע. װי עס דערקלערט פּראָפֿעסאָר יהושוע טעפּליצקי אין זײַן נײַ בוך „דער פֿירשט פֿון דרוק׃ װי אײן זאַמלער האָט געשאַפֿן די סאַמע דױערדיקסטע און מערקװערדיקסטע ייִדישע ביבליאָטעק“: „אָפּענהײם האָט געלעבט בעת דער בלי־תּקופֿה פֿון הױף־ייִדן, די רײַכע און מעכטיקע ייִדישע עליטע, װאָס האָט געהערשט איבערן מאַטעריעלן און עפֿנטלעכן לעבן פֿון מיטל־אײראָפּעיִשן ייִדנטום צװישן דער 30–יעריקער מלחמה (1618־1648) און די מלחמות פֿון נאַפּאָלעאָן (1803־1815). די מיטגלידער פֿונעם דאָזיקן שטאַנד האָבן פֿינאַנציעל געשטיצט כּלערלײ אונטערנעמונגען פֿון דײַטשישע פֿירשטן, װאָס זייער ציל איז געװען צו פֿאַרשטאַרקן די צענטראַליזאַציע פֿון זײער מאַכט. […] זײ שפּילן אַ חשובֿע ראָלע אין דער אױספֿורעמונג פֿון דער מאָדערנער דײַטשישער פּאָליטיק.“ גאַנץ װיכטיק איז געװען די ראָלע פֿון אָט די הױף־ייִדן אינעם ייִדישן לעבן׃ „צוליב זײער פּריװאַטן עשירות און פּאָליטישן חשיבֿות האָבן זײ אױסגעשטאַלטיקט די ייִדישע קהילה־פֿירערשאַפֿט און געשטיצט די קהלשע געבײַדעס, צדקה־חבֿרות און ביכער־פּובליקאַציעס.“

אָפּעמהײם, ווי טעפּליצקי דערקלערט, האָט געהערט צו דער סאַמע סמעטענע פֿון די דאָזיקע יחידי־סגולה. אָבער חוץ אַלע זײַנע פֿילצאָליקע קהלשע אחריותן, פּאָליטישע און געשעפֿטלעכע עסקים האָט ער געהאַט אַ טיפֿן אינטערעס אינעם ייִדישן װאָרט. ער האָט געקױפֿט ביכער בײַ בוכהענדלער אין אײראָפּע און ארץ־ישׂראל און בײַ אַלמנות פֿון חשובֿע רבנים. צומאָל האָט ער אַלײן באַשטעלט נײַע דרוקן און געדונגען סופֿרים, כּדי איבערצושרײַבן ספֿרדישע כּתבֿ־ידן מיטן אַשכּנזישן כּתבֿ. דערבײַ איז אָפּענהײם ניט געװען איבערקלײַבעריש. אין זײַן זאַמלונג געפֿינט מען סײַ ספֿרי־קודש, רבנישע חיבורים, שאלות־ותּשובֿות, סײַ ביכלעך און פֿלוגבלעטלעך אױף ייִדיש. ער האָט געלאָזט דרוקן װי אײנצלנע בלעטער זײַנע אײגענע װענדונגען און דערקלערונגען, װאָס ער האָט געהאַלטן פֿאַר װיכטיק. ער האָט געפֿירט אַ חשבון פֿון זײַנע קניות מיט פּרײַזן, װאָס לאָזט אונדז בעסער פֿאַרשטײן, װי אַזױ מען האָט געפֿירט די געשעפֿטן אױפֿן ביכערמאַרק אין יענער צײַט.

אָבער אײן מניעה האָט אָפּענהײם טאַקע ניט געקענט בײַקומען. צו יענער צײַט האָבן די יעזויִטן אַרײַנגעפֿירט אַ שטרענגע צענזור קעגן װאָסער ניט איז ליטעראַטור, װאָס האָט ניט געשטימט מיט דער קאַטױלישער אמונה. זײערע הױפּט־שׂונאים זײַנען געווען די קריסטלעכע פּראָטעסטאַנטן, אָבער אָפּענהײם האָט מורא געהאַט, אַז זײ קענען נאָך צעשטערן עטלעכע פֿון זײַנע ביכער אױכעט. דערפֿאַר האָט ער געהאַלטן זײַן ביבליאָטעק אין האַנאָװער בײַ זײַן שװער, אליעזר ליפּמאַן כּהן, דעם הױף־ייִד בײַם אָרטיקן פּראָטעסטאַנטישן פֿירשט. בײַ זיך אין פּראָג האָט אָפּענהײם געהאַלטן בלױז די רשימה פֿון זײַנע ביכער. אין האַנאָװער האָט ער געדונגען אַ ביבליאָטעקער. די ביבליאָטעק איז געװען צוטריטלעך פֿאַר ייִדישע און קריסטלעכע געלערנטע.

אינעם 17טן יאָרהונדערט איז פּראָג געװען, גלײַך מיט אַמסטערדאַם, דער װיכטיקסטער צענטער פֿאַר דרוקן ביכער אױף ייִדיש. אין אונטערשיד צו אַמסטערדאַם איז די פּראָגער פּראָדוקציע געװען ביליקער און פֿון אַ נידעריקער קװאַליטעט. אַזעלכע אױסגאַבעס זײַנען ספּעציעל װערטפֿול הײַנט, װײַל זײ פֿאַרמאָגן װיכטיקע אינפֿאָרמאַציע װעגן דעם טאָג־טעגלעכן ייִדישן לעבן. אײן בײַשפּיל איז דאָס ליד „אײַן שײן נײַע ליד פֿון משיח“, װאָס דערצײלט אױף אַ פּאָפּולערן אופֿן װעגן שבתי צבֿי, דעם פֿאַלשן משיח װעלכער האָט אױפֿגערעגט די גאַנצע ייִדישע װעלט פֿון יענער צײַט. אין יאָר 1713 האָט פּראָג געליטן פֿון אַ מגפֿה־עפּידעמיע. אָפּעמהײם האָט געלאָזט פֿאַרפֿאַסן ספּעציעלע סליחות װאָס מען האָט געדאַרפֿט זאָגן יעדן טאָג בײַם דאַװענען, און האָט פֿאַרלאָזט די שטאָט. אין זײַן זאַמלונג האָט ער אױך אָפּגעהיט די ייִדישע תּפֿילות, װאָס די פֿרױען האָבן געזאָגט אױף די קבֿרים פֿון די, װאָס זײַנען געשטאָרבן פֿון דער מגפֿה.

אָפּענהײמס זאַמלונג האָט אָפּגעשפּיגלט זײַן פּערזענלעכן געשמאַק און אינטערעסן, זײַן ליבע פֿאַרן ייִדישן װאָרט אין אַלע פֿאָרמען. דערפֿאַר, באַמערקט טעפּליצקי, האָט זי זיך ניט גוט ארײַנעפּאַסט אין דער מאָדערנער השׂגה פֿון אַ ספּעציאַליזירטער אַקאַדעמישער ביבליאָטעק. זײַנע קינדער און אײניקלעך זײַנען שױן ניט געװען אַזױ רײַך און חשובֿ װי ער. זײַן אײניקל, גנענדל, האָט באַשלאָסן צו פֿאַרקױפֿן די זאַמלונג און געבעטן די צװײ גרעסטע מומחים פֿון יענער צײַט, דעם משׂכּיל משה מענדלסאָן און דעם דײַטשישן קריסטלעכן פּראָפֿעסאָר פֿון אָריענטאַלישע שפּראַכן, יאָהאַן דאַװיד מיכאַעליס, צו מאַכן אַן אָפּשאַצונג. בײדע האָבן באַשטעטיקט, אַז די װערט פֿונעם דאָזיקן אוניקאַלן אוצר איז שװער פֿעסטצושטעלן (אינטערעסאַנט, װאָס מיכאַעליס האָט ניט דערמאָנט די ייִדישע ביכער, װאָס האָבן, אַ פּנים, ניט געהאַט קײן װערט אין זײַנע אױגן). אַ לאַנגע צײַט האָט מען ניט געקענט געפֿינען קיין קונה אױף דער ביבליאָטעק, ניט צװישן די ייִדישע גבֿירים און ניט צװישן די קריסטלעכע פֿירשטן. ערשט װען מען האָט שױן צוגעגרײט אַ ליציטאַציע כּדי צו פֿאַרקױפֿן די ביבליאָטעק אױף לאַחדים, האָט די באָדלעאַנער ביבליאָטעק באַשלאָסן אָפּצוקױפֿן די גאַנצע זאַמלונג, און אַזױ אַרום האָט דער אָקספֿאָרדער אוניװערסיטעט געראַטעװעט די אונקאַלע ייִדישע ביבליאָטעק פֿאַר דער װיסנשאַפֿט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.