ליטעראַרישער יום־טובֿ לכּבֿוד אַ לאַנג פֿאַרגעסענער שרײַבעריןBook party for a long-forgotten woman writer
סאַלאָמעאַ פּערלס דערציילונגען, וואָס אַ טייל האָט י. ל. פּרץ פּובליקירט, קען מען איצט לייענען אויף ענגליש.

Graphic by Angelie Zaslavsky
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
זונטיק דעם 23סטן מײַ, איינס אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט, וועט בײַם אַרבעטער־רינג פֿאָרקומען אַ ליטעראַרישער יום־טובֿ לכּבֿוד אַ נײַער צוויישפּראַכיקער אויסגאַבע פֿון דערציילונגען פֿון דער שרײַבערין, סאַלאָמעאַ פּערל, אונטערן טיטל, „די קאַנווע און אַנדערע דערציילונגען“.
דאָס בוך נעמט אַרײַן זיבן דערציילונגען, איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון רות מורפֿי, און אָפּגעדרוקט צוזאַמען מיטן ייִדישן אָריגינאַל. דזשאָסטין (אַריה־לייב) קאַמי, דער פּראָפֿעסאָר פֿון ייִדישער ליטעראַטור בײַ סמיט־קאַלעדזש, האָט צוגעגעבן צום באַנד אַ ליטעראַרישן אַרײַנפֿיר.
בײַם יום־טובֿ וועט מורפֿי רעדן, אויף ענגליש, וועגן פּערל און אירע ווערק מיט שבֿע צוקער, דער לאַנגיאָריקער ייִדיש־טוערין, לערערין און געוועזענער רעדאַקטאָרשע פֿונעם זשורנאַל, „אויפֿן שוועל“.

סאַלאָמעאַ פּערל
אַ צווייטע אונטערנעמונג וועגן דעם זעלבן באַנד וועט פֿאָרקומען בײַם ייִוואָ דינסטיק דעם 25סטן מײַ, איינס אַ זייגער ניו־יאָרקער צײַט. דאָרט וועט די באַקאַנטע שרײַבערין און קולטור־קריטיקערין רחל קפֿריסין פֿירן אַ דיסקוסיע וועגן פּערל מיט מורפֿי, קאַמי, און חנה פֿישמאַן־גאָנשאָר, דער לאַנגיאָריקער ייִדיש־לעקטאָרין פֿון מעגיל־אוניווערסיטעט.
סאַלאָמעאַ פּערל (1869־1916) איז כּמעט פֿאַרגעסן געוואָרן אין דער ייִדישער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, אָבער זי איז איצט ווידער אַנטדעקט געוואָרן אַ דאַנק מורפֿיס איבערזעצונגען און דעם וואַקסנדיקן אינטערעס צו דער פֿרויען־ליטעראַטור. 105 יאָר נאָך פּערלס פּטירה איז סוף־כּל־סוף געקומען דער מאָמענט צו לייענען אירע ווערק אויף ס’נײַ.
פּערל איז געבוירן געוואָרן אין לאָמזשע, פּוילן, און איז אויפֿגעוואַקסן אין דער שטאָט לובלין. נאָכן שטודירן אין זשענעווע, פּאַריז, און לאָנדאָן, האָט זי זיך באַזעצט אין וואַרשע און געאַרבעט ווי אַן איבערזעצערין. ווי אַ שרײַבערין האָט זי דעביוטירט מיט אַ ווערק אויף פּויליש, „פֿון אַ טאָגבוך פֿון אַ יונגער ייִדישער פֿרוי“, וואָס איז אַרויס אין בוכפֿאָרעם אין 1895.
שפּעטער האָט י. ל. פּרץ זי פֿאַרבעטן צו שרײַבן אויף ייִדיש פֿאַר זײַן ליטעראַרישן זשורנאַל, די „יום־טובֿ בלעטלעך“. נאָר זיבן ייִדישע דערציילונגען פֿון איר זײַנען נאָך באַקאַנט.
לויט פּראָפֿ’ קאַמי, איז כּדאַי צו לייענען פּערלס ווערק אַ דאַנק איר נישט־סענטימענטאַלן סטיל און אירע באַשרײַבונגען פֿונעם ביטערן דלות און פֿון די גרויסע שפּאַלטונגען צווישן די קלאַסן אין דער ייִדישער קהילה. זי שילדערט, ווי בײַ דער רעליגיע פֿעלט אַ מאָל אַ פֿאַרשטאַנד פֿאַר נאָרמאַלע מענשטלעכע דערפֿאַרונגען.
This is a moment of great uncertainty. Here’s what you can do about it.
We hope you appreciated this article. Before you go, we’d like to ask you to please support the Forward’s independent Jewish news this Passover.
This is a moment of great uncertainty for the news media, for the Jewish people, and for our sacred democracy. It is a time of confusion and declining trust in public institutions. An era in which we need humans to report facts, conduct investigations that hold power to account, tell stories that matter and share honest discourse on all that divides us.
With no paywall or subscriptions, the Forward is entirely supported by readers like you. Every dollar you give this Passover is invested in the future of the Forward — and telling the American Jewish story fully and fairly.
The Forward doesn’t rely on funding from institutions like governments or your local Jewish federation. There are thousands of readers like you who give us $18 or $36 or $100 each month or year.
