יוסף גורי, וואָס האָט פֿאַראייביקט דאָס ייִדישע פֿאָלקסווערטל, איז אַוועקYosef Guri, who collected Yiddish proverbs, has died
כּדי אויפֿצוהאַלטן דאָס לשון פֿון זײַנע אומגעבראַכטע עלטערן, האָט ער אַרויסגעגעבן נײַן ביכער געווידמעט ייִדישע אידיאָמען, וויצן און קללות.
ד״ר יוסף גורי, אַ פּראָפֿעסאָר פֿון רוסיש וואָס איז ווי אַ קינד על־פּי־נס ניצול געוואָרן פֿונעם חורבן און האָט געשטרעבט צו פֿאַראייביקן דאָס לשון פֿון זײַנע אומגעבראַכטע עלטערן, איז די וואָך ניפֿטר געוואָרן. ער איז געווען 90 יאָר אַלט.
אַ געבוירענער אין ווילקאָמיר, ניט ווײַט פֿון ווילנע, האָט זיך דער 11־יאָריקער יוסף פּאָדריאַטשיק געפֿונען אין אַ זומער־קאָלאָניע ווען די דײַטשן זענען אַרײַן אין ראַטן־פֿאַרבאַנד. ער איז אַנטלאָפֿן און אַליין געפֿאָרן מיט דער באַן אַזש ביזן וואָלגער ראַיאָן, ווײַט אויף מיזרח. דאָרטן האָט מען אים אַרײַנגענומען אין אַ קינדערהיים פֿאַר די, וואָס זענען אַנטלאָפֿן פֿונעם פֿראָנט. ווען ער און די אַנדערע ייִנגלעך און מיידלעך האָבן געשיקט בריוו אַהיים, האָבן ס׳רובֿ פֿון זיי באַקומען אַן ענטפֿער, אָבער ער און די אַנדערע ייִדישע קינדער — ניט. ווי ער האָט זיך שפּעטער דערוווּסט, האָבן די דײַטשן דערהרגעט זײַנע עלטערן, לייב און גיטל, און זײַן שוועסטער, טאמאַרע.
אין 1957 האָט פּאָדריאַטשיק עולה געווען קיין ישׂראל און זיך באַזעצט אינעם קיבוץ גן־שמואל, וווּ ער האָט אָנגענומען דעם פֿאַמיליע־נאָמען גורי. ער האָט חתונה געהאַט, און ער און זײַן פֿרוי, אילנה, האָבן געהאַט צוויי קינדער. ער האָט באַקומען זײַן דאָקטאָראַט בײַם העברעיִשן אוניווערסיטעט און איז דאָרטן אַליין געוואָרן אַ פּראָפֿעסאָר. ער האָט לכתּחילה זיך פֿאַרנומען מיט דער רוסישער שפּראַך, לערנענדיק קורסן וועגן דער רוסישער לינגוויסטיק און פֿאָרשנדיק די פּראָבלעמען בײַם איבערזעצן פֿון רוסיש אויף העברעיִש און די קאָנטאַקטן צווישן די צוויי שפּראַכן. צו יענער צײַט האָט ער צונויפֿגעשטעלט עטלעכע רוסיש־העברעיִשע ווערטערביכער.
די לעצטע 30 יאָר פֿון זײַן קאַריערע האָט ער אָבער געווידמעט דער ייִדישער שפּראַך. צווישן 1993 און 2016 האָט ער אַרויסגעגעבן נײַן ביכער פֿאַר אַ פּאָפּולערן עולם וועגן ייִדישע שפּריכווערטער, קללות, וויצן און אַנדערע אידיאָמען. די זאַמלונגען, אַזוי ווי „פֿון ייִדישן קוואַל: ייִדישער פֿראַזעלאָגישער ווערטערבוך“ און „ווען לאַכט אַ ייִד: ייִדישער הומאָר“, זענען פֿירשפּראַכיק. די ייִדישע אידיאָמען, דער ייִדישער אַרײַנפֿיר און די הערות ווערן באַגלייט פֿון זייערע ענגלישע, רוסישע און העברעיִשע איבערזעצונגען.
כּבֿוד זײַן אָנדענק.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO