ווידעאָ: צה׳׳ל־פּאַראַשוטיסטן פּראַקטיצירן אָבלאַוועס אויף מאַמע־לשוןWATCH: IDF paratroopers drill home raid in Yiddish
די פֿרומע זעלנער לערנען זיך ווי אַזוי אַרײַנצודרינגען אין אַ בנין און פֿאַרטיידיקן איינער דעם צווייטן.

Graphic by Angelie Zaslavsky
כאָטש ייִדיש האָט ניט קיין אַרמיי אָדער פֿלאָט, הייסט עס ניט, אַז מע פֿירט ניט אַמאָל דורך קיין מיליטערישע מושטירונגען אויף מאַמע־לשון.
לעצטנס האָט זיך פֿאַרשפּרייט אַ ווידעאָ אויף אַ ריי טוויטער־קאָנטעס און „וואַטסאַפּ“־גרופּעס, אין וועלכן אַ קאָמאַנדיר פֿון אַן עליטער צה׳׳ל־פּאַראַשוטיסטן־איינהייט טרענירט זײַנע סאָלדאַטן אויף אַ ירושלימער ייִדיש. ער לערנט זיי אויס ווי אַזוי אַרײַנצודרינגען אין אַ בנין פּאָרלעכווײַז בשעת מע האַלט די ביקסן געצילט פֿאָרויס און פֿאַרטיידיקט איינער דעם צווייטן. די סאָלדאַטן האָבן לעצטנס באַקומען אַן אויסצייכענונג פֿאַר זייער טעטיקייט אין סיריע, וווּ זיי האָבן געמאַכט אָבלאַוועס אויף יענער זײַט גרענעץ.
ס׳איז ניט קלאָר פֿונעם ווידעאָ, צי דאָס מאַכן אַזעלכע מושטירונגען אויף ייִדיש איז אַ געוויינטלעכע דערשײַנונג, אָדער אַן איין־מאָליקע זאַך. האָט עס געזאָלט זײַן אַ וויץ? געוויסע צוקוקער האָבן געהאַט אַ השערה, אַז מע פֿירט דורך דעם מאַנעווער אויף ייִדיש, ווײַל דער שׂונא פֿאַרשטייט ניט די שפּראַך (מסתּמא ניט). אַנדערע האָבן געפֿרעגט, צי האָט מען עס געטאָן אויף ייִדיש ווײַל דאָס פֿאַרשטייען די חרדים בעסער ווי העברעיִש? (זיכער ניט, ווײַל די חרדים וואָס זענען שוין גרייט זיך אָנצושליסן אין אַרמיי קענען זיכער העברעיִש). אַנדערע האָבן געוואָלט וויסן, צי מע טרענירט סאָלדאַטן אויך אויף אַנדערע שפּראַכן (דער ענטפֿער איז: יאָ — אַראַביש, ענגליש, פֿראַנצייזיש, רוסיש און מסתּמא אַנדערע לשונות).
אַזוי צי אַזוי, זעט אויס, אַז כאָטש ייִדיש האָט טאַקע ניט קיין מלוכה אָדער מיליטער קען מען כאָטש בײַ געוויסע צה״ל־סאָלדאַטן הערן ווי עס וואָלט געקלונגען ווען מע וואָלט יאָ דורכגעפֿירט מיליטערישע אָפּעראַציעס אויף מאַמע־לשון.
Why I became the Forward’s editor-in-chief
You are surely a friend of the Forward if you’re reading this. And so it’s with excitement and awe — of all that the Forward is, was, and will be — that I introduce myself to you as the Forward’s newest editor-in-chief.
And what a time to step into the leadership of this storied Jewish institution! For 129 years, the Forward has shaped and told the American Jewish story. I’m stepping in at an intense time for Jews the world over. We urgently need the Forward’s courageous, unflinching journalism — not only as a source of reliable information, but to provide inspiration, healing and hope.
— Alyssa Katz, editor-in-chief
