Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווידעאָ: מײַן טאַטע האָט געלערנט דעם גרויסן פּאָעט, חיים גראַדעWATCH: My father taught the great poet, Chaim Grade

ליבע אויגענפֿעלד דערציילט ווי דער יונגער חיים האָט זיך געוואַלגערט אין גאַס און ווי זי האָט זיך באַקענט מיט אים צום ערשטן מאָל.

לכּבֿוד דעם וואָס מע קען איצט לייענען חיים גראַדעס ווערק אָנלײַן, ברענגען מיר דעם אויסצוג פֿון אַן אינטערוויו, אין וועלכן די מאָנטרעאָלער קולטור־טוערין, ליבע אויגענפֿעלד ז׳׳ל, באַשרײַבט ווי איר טאַטע האָט געלערנט דעם צוקונפֿטדיקן פּאָעט. צו יענער צײַט, בשעת דער ערשטער וועלט־מלחמה, האָט גראַדע, דעמאָלט אַ יונג קינד, זיך געוואַלגערט אין גאַס און די דײַטשן האָבן אים דערפֿאַר אַרײַנגעשטעלט אין אַ קינדערהיים. אויגענפֿעלדס טאַטע, ישׂראל מאַרשאַק, איז דאָרטן געווען זײַן לערער. מיט יאָרן שפּעטער, ווען ליבע אויגענפֿעלד איז געווען אַ יונג מיידל, האָט גראַדע באַזוכט איר היים, כּדי צו געבן איר טאַטן אַן עקזעמפּלאַר פֿון זײַן ערשט ביכל לידער, „יאָ“.

דעם אינטערוויו האָבן קריסטאַ וויטני, די גרינדערין פֿונעם „פּראָיעקט פֿון געשיכטע בעל־פּה אויפֿן נאָמען וועקסלער“, און איך געמאַכט אין 2012 בײַ ליבע אויגענפֿעלד אין קיך. זי האָט אונדז דערציילט וועגן איר ווילנער קינדהייט, אירע יאָרן ווי אַ פּאַרטיזאַנערין, און אירע טעטיקייטן אין מאָנטרעאָל, וווּ זי איז געווען אַ זײַל פֿון דער אָרטיקער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק. דעם גאַנצן אינטערוויו קען מען זען דאָ.

אויגענפֿעלד איז געווען אַ טאַלאַנטירטע רעדנערין און האָט געגעבן באַלערנדיקע אַרײַנפֿיר־רעדעס פֿאַר אירע ווילנער בני־עיר, ווען זיי זענען געקומען האַלטן אַ רעדע אין דער ייִדישער פֿאָלקס־ביבליאָטעק. ס׳איז טאַקע כּדאַי צו הערן די באַגריסונג־רעדע וואָס זי האָט געהאַלטן ווען אַבֿרהם סוצקעווער איז דאָרטן אויפֿגעטראָטן אין 1989.

אַנדערע אויסצוגן פֿונעם אינטערוויו קען מען זען דאָ.

A message from our CEO & publisher Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forward’s award-winning journalism during our High Holiday Monthly Donor Drive.

If you’ve turned to the Forward in the past 12 months to better understand the world around you, we hope you will support us with a gift now. Your support has a direct impact, giving us the resources we need to report from Israel and around the U.S., across college campuses, and wherever there is news of importance to American Jews.

Make a monthly or one-time gift and support Jewish journalism throughout 5785. The first six months of your monthly gift will be matched for twice the investment in independent Jewish journalism. 

—  Rukhl Schaechter, Yiddish Editor

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.