Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די שוועריקייטן בײַם איבערזעצן די ייִדישע ליטעראַטור אין דער מאָדערנער תּקופֿהThe challenges of translating Yiddish literature in the modern era

דאָס בוך איז אַ זאַמלונג רעפֿעראַטן וואָס מע האָט געהאַלטן בעת דער ייִדישער איבערזעצונג־קאָנפֿערענץ אין ווין אין 2017.

Ed. Olaf Terpitz
Yiddish and the Field of Translation: Agents, Strategies, Concepts and Discourses Across Time and Space
Bohlau Verlag Gmbh U Co Kg, 2020, 342 PP

די ייִדישע ליטעראַטור האָט אַ רײַכע און אַלטע טראַדיציע פֿון איבערזעצונגען, סײַ אױף ייִדיש און סײַ פֿון ייִדיש אױף אַנדערע שפּראַכן.

הײַנט פֿאַראינטערעסירן זיך אַ סך מענטשן אין לערנען ייִדיש טאַקע נאָכן האָבן איבערגעלייענט אַ ייִדיש ווערק איבערגעזעצט אויף זייער שפּראַך. מען לײענט שלום־עליכמס אָדער באַשעװיסעס אַ דערציילונג אױף ענגליש, פּױליש אָדער רוסיש, און דאָס װעקט אױף דעם חשק צו שטודירן די אָריגינעלע קולטור און שפּראַך פֿונעם ווערק.

יעדע פֿרעמדע שפּראַך פֿאַרמאָגט אַן אײגענעם סטיליסטישן נוסח פֿאַר איבערטײַטשן דעם ייִדישן מקור. די טעאָריע און פּראַקטיק פֿון איבערזעצונג פֿאַרנעמט אַ חשובֿ אָרט אין דער הײַנטיקער ליטעראַטור־פֿאָרשונג, און ייִדיש איז ניט קײן אױסנאַם.

דאָס נײַע זאַמלבוך, „ייִדיש און דאָס פֿעלד פֿון איבערזעצונג׃ אַגענטן, קאָנצעפּטן און דיסקורסן איבער צײַט און רױם“, רעדאַקטירט פֿון ד”ר אָלאַף טערפּיץ, נעמט אַרײַן די רעפֿעראַטן, װאָס מען האָט געהאַלטן אױף דער אַקאַדעמישער קאָנפֿערענץ וועגן איבערזעצונג אינעם װינער אוניװערסיטעט אין 2017. די רעפֿערענטן באַהאַנדלען איבערזעצונגען פֿון ייִדיש אױף ענגליש, פּױליש, אוקראַיִניש, העברעיִש, רומעניש און שפּאַניש, װי אױך פֿאַרשידענע שעפֿערישע אַדאַפּטאַציעס פֿון ייִדישע מאַטעריאַלן אױף אַנדערע שפּראַכן אין פֿאַרשידענע קולטור־סבֿיבֿות.

טאָמאַס סאָקסבערגער (װין) דערצײלט װעגן דעם חשובֿן לאָנדאָנער ייִדישן קולטור־טוער יוסף לעפֿטװיטש (1892־1983), דעם פֿאַרפֿאַסער פֿון װיכטיקע אַנטאָלאָגיעס פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור. זײַן אַנטאָלאָגיע פֿון דער ייִדישער פּאָעזיע, „די גאָלדענע פּאַװע“, װאָס נעמט אַרײַן לידער פֿון 236 דיכטער, איז אַרױס צו ערשט אין 1939 און האָט דערנאָך געהאַט נאָך צװײ אױפֿלאַגעס. די זאַמלונג פֿון ייִדישע עסײען, „אונדזער געדאַנקענגאַנג,“ (1969) באַקענט דעם ענגליש־לײענער מיט די װערק פֿון 81 ייִדישע מחברים, װאָס רעפּרעזענטירן דעם ברײטן ספּעקטער פֿון מאָדערנעם ייִדישן געדאַנק. בשעתּו איז לעפֿטװיטש געװען אַ צענטראַלע פֿיגור אין דער לאָנדאָנער ייִדישער סבֿיבֿה, װוּ מען האָט אים גערופֿן „דער אַמבאַסאַדאָר פֿון ייִדישלאַנד“. אָבער הײַנט איז זײַן אױפֿטו, צום באַדויערן, פֿאַרגעסן געװאָרן.

אין אַרגענטינע האָט אַן ענלעכע װיכטיקע ראָלע געשפּילט סאַלאָמאָן רעזניק (1894־1946). אין 1933 האָט רעזניק געשאַפֿן די צײַטשריפֿט „יודאַיִקאַ“, װאָס האָט זיך באַמיט, װי עס דערקלערט מאַריִוש קאַלטשעװאַק (פּאָטסדאַם), „צונױפֿצוברענגען די אַרגענטינער מאָדערניטעט מיט דער ייִדישער קולטור און צו אַנטװיקלען אַ הומאַניסטישן קולטורעלן דיאַלאָג מיט דער ברײטערער װעלט, און בפֿרט מיט לאַטײַן־אַמעריקע.“ ביז די 1940ער יאָרן איז ייִדיש פֿאַרבליבן די הױפּטשפּראַך פֿונעם ייִדישן עפֿנטלעכן לעבן אין אַרגענטינע, אָבער דער יונגער שטאָטישער דור, װאָס איז אױפֿגעהאָדעװעט געװאָרן אין בוענאָס־אײַרעס, האָט זיך גיך אַסימילירט אין דער אַרגענטינער קולטור און האָט ניט געהאַט קײן סך דרך־ארץ פֿאַר מאַמע־לשון. רעזניקס ציל איז געװען צו באַקענען דעם דאָזיקן עולם מיט די בעסטע װערק פֿון ייִדישער ליטעראַטור און קולטור דורך שפּאַנישע איבערזעצונגען, ספּעציעל שלום אַש, יוסף אָפּאַטאָשו און דוד בערגעלסאָן. די דרײַ שרײַבער האָט ער גערופֿן „דער גרעסטער טריפּטיך פֿון דער ייִדישער פּראָזע“. װיכטיק פֿאַר רעזניק איז אױך געװען צו באַקענען דעם יונגן דור אַרגענטינער ייִדן מיט דער ייִדישער געשיכטע. צוליב דעם האָט ער אויך איבערגעזעצט שמעון דובנאָװס היסטאָרישע װערק.

פֿאַר זײַן מקור האָט רעזניק גענוצט נחום שטיפֿס ייִדישע איבערזעצונג פֿון דובנאָװס רוסישער „נײַסטער געשיכטע פֿון ייִדישן פֿאָלק“. װי עס דערקלערט האָלגער נאַט (רעגענסבורג) אין זײַן רעפֿעראַט, איז די איבערזעצונג פֿון דובנאָװס געשיכטע געװען אַ טײל פֿון שטיפֿס גרעסערן פּראָיעקט איבערצוזעצן די װיכטיקע װערק פֿון ייִדישע היסטאָריקער פֿון רוסיש און דײַטשיש. שטיף אַלײן האָט אַזױ באַשריבן זײַן צוגאַנג צו איבערזעצונג׃ „איך האָב געטאָן אַזױ, װי דער מחבר זאָל דענקען און לכתּחילה שרײַבן אױף ייִדיש, אין דער ייִדישער שפּראַך זאָל ניט בלײַבן קײן בײנדלעך און שטעכלקעס פֿון דער פֿרעמדער שפּראַך.“

שטיף האָט געהאַלטן זײַנע איבערזעצונגען פֿאַר אַ װיכטיקן בײַטראָג אינעם שאַפֿן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער שפּראַך. דובנאָוו, להיפּוך, איז גאָר ניט געװען צופֿרידן מיט שטיפֿס איבערזעצונג פֿון זײַן װערק. דובנאָװס צוגאַנג צו דער שפּראַך איז געװען מער קאָנסערװאַטיװ. ער האָט געשריבן׃ „שטיף איז געװען אַ גרױסער קענער פֿון ייִדיש און אױך אַ פֿאָרשער פֿון דער געשיכטע פֿון ייִדישן לשון. בײַם איבערזעצן האָט ער אָבער זיך דערלױבט אַרײַנצופֿירן נעאָלאָגיזמען און סינטאַקטישע פֿרײַקײטן. איך האָב נישט געװאָלט, אַז אױף דער איבערזעצונג פֿון מײַן װערק זאָל מען מאַכן נאָװאַטאָרישע עקספּערימענטן איבער ייִדיש.“ פֿון שטיפֿס איבערזעצונג האָט דובנאָװ אַרױסגעװאָרפֿן די „צו געװאַגטע נאָװאַטאָרישקײטן“. דאָס האָט גורם געװען אַ קאָנפֿליקט צװישן דעם מחבר און דעם איבערזעצער.

װי געטרײַ דעם אָריגינאַל דאַרף דער איבערזעצער בלײַבן? דאָס איז די פֿראַגע, װאָס יעדער איבערזעצער דאַרף לײזן אױף זײַן אַחריות. דער זינגער און דיכטער, דניאל קאַהן, וואָס איז גוט באַקאַנט צוליב זײַנע שעפֿערישע איבערטײַטשונגען פֿון ייִדישע לידער אױף ענגליש און דײַטשיש, האַלט, אַז עס איז דאָ אַ גרױסער אונטערשיד צװישן איבערזעצן אַ ליד פֿאַרן זינגען ווי פֿאַרן לײענען׃ „עס איז מער שעדלעך צו האָבן אַן איבערזעצונג, װאָס איז געטרײַ דעם אָריגינאַל אָבער האָט ניט קײן טעם“. אַזעלכע איבערזעצונגען, װאָס מען געפֿינט זיי צו מאָל אין די זאַמלביכער פֿון ייִדישע לידער, קלינגען װי „הילצערנע פֿערזן“ װען מען פּרוּװט זײ צו זינגען.

װען עס קומט צו דעם ענין פֿון געטרײַשאַפֿט צום אָריגינאַל, האָט די פּױלישע פֿאָרשערין פֿון דער ייִדישער ליטעראַטור, מאָניקאַ אַדאַמטשיק־גאַרבאָװסקאַ, אַ סך טענות צו די ענגלישע איבערזעצער פֿון באַשעװיסן. זי ברענגט אַ צאָל בײַשפּילן פֿון דעם, װי די איבערזעצער האָבן באַזײַטיקט אָדער געענדערט װיכטיקע פּרטים, צו מאָל בכּיװן, צו מאָל װײַל זײ האָבן זײ פּשוט ניט פֿאַרשטאַנען. די פֿראַגע איז, װי װײַט איז דאָס געװען די כּװנה פֿון באַשעװיסן אַלײן, וואָס האָט געװאָלט מאַכן זײַנע װערק מער צוטריטלעך פֿאַרן ענגלישן לײענער.

אין משך פֿון עטלעכע יאָרהונדערט האָט ייִדיש געלעבט אין מיטן פֿאַרשײדענע קולטורעלע און לינגװיסטישע סבֿיבֿות, װאָס האָבן באַװירקט די אַנטװיקלונג פֿון דער ייִדישער קולטור. אין יעדער סבֿיבֿה איז אויפֿגעקומען אַן אײגענער שטײגער פֿון איבערזעצן פֿון ייִדיש און אױף ייִדיש. יעדער איבערזעצונג־שטײגער האָט זײַן אײגן פּנים. דער װײַטערדיקער קיום פֿון ייִדיש װי אַ װעלטשפּראַך איז אָפּהענגיק פֿון דעם כּמות און איכות פֿון איבערזעצונגען אױף פֿאַרשידענע שפּראַכן. דערפֿאַר איז די טעמע, ייִדיש און דאָס געביט פֿון איבערזעצונק, אַזאַ וויכטיקע.

A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen

I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.

At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.

Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.

—  Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO

Join our mission to tell the Jewish story fully and fairly.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.