אַ נײַער ייִדישער פֿילם וועגן אַ ראַדיקאַלן הונטNew Yiddish film about a radical dog
די פּראָדוקציע פֿון כאַווער־פּאַווערס קינדערביכל, „לאַבזיק“, ניצט ליאַלקעס כּדי צו שאַפֿן דעם זעלבן עפֿעקט ווי די אילוסטראַציעס פֿון די 1930ער יאָרן.
דעם 24סטן מײַ ביזן 5טן יוני וועט מען קענען זען אָנלײַן אַ נײַעם פֿילם אויף ייִדיש און ענגליש, „לאַבזיק: מעשׂהלעך וועגן קלוגן הינטעלע“. דער פֿילם איז געשאַפֿן געוואָרן אויפֿן סמך פֿונעם קלאַסישן קינדערביכל מיטן זעלבן נאָמען פֿון כאַווער־פּאַווער, איבערגעזעצט אויף ענגליש פֿון דער ייִדיש־פּראָפֿעסאָרין אין עמאָרי־אוניווערסיטעט, ד״ר מרים יודל, דראַמאַטיש באַאַרבעט און רעזשיסירט פֿון יאַנקל קראַקאָווסקי.
די מעשׂה איז פֿילמירט געוואָרן ניצנדיק פּאַפּירענע ליאַלקעס, וואָס באַוועגן זיך, אַזוי אַז דער פֿילם זעט אויס כּמעט ווי אַן אַנימאַציע. די ליאַלקעס שאַפֿן טאַקע דעם זעלבן עפֿעקט ווי די אָריגינעלע אילוסטראַציעס פֿונעם בוך, אַרויסגעלאָזט אין די 1930ער יאָרן.
דער פּראָיעקט ווערט געשטיצט פֿון עמאָרי־אוניווערסיטעט.
די שטימען פֿון די פּערסאָנאַזשן (אַרײַנגערעכנט דאָס הינטל) ווערן געשפּילט פֿון סײַ אַקטיאָרן, סײַ סטודענטן פֿון עמאָרי־אוניווערסיטעט. . צווישן די אַקטיאָרן: שיין בייקער, וואָס שפּילט אַן אַכזריותדיקן שול־פּרינציפּאַל, און מיכל יאַשינסקי, וואָס שפּילט אַ קאָרומפּירטן מייאָר, אַ הינטשלעגער און נאָך עטלעכע ראָלעס.
דער קינסטלער רײַען בראַדבערן האָט געמאַכט די באַוועגלעכע פּאַפּירענע ליאַלקעס און אַ גאַנצע מאַנשאַפֿט פֿון טעכניש־פֿעיִקע טעאַטער־לײַט פֿון עמאָרי־אוניווערסיטעט האָבן געאַרבעט אויפֿן פּראָיעקט.
כאַווער־פּאַווער (זײַן אמתער נאָמען איז געווען גרשון אײַנבינדער) איז געבוירן געוואָרן אין 1901 אין בערשאַד, אין דער הײַנטיקער אוקראַיִנע. ער איז אַוועקגעפֿאָרן קיין אַמעריקע אין 1923 און איז געוואָרן אַ שרײַבער און אַ לערער אין די לינקע אָרדן־שולן. ער האָט זיך געדרוקט אין דער צײַטונג „מאָרגן־פֿרײַהייט“ און האָט אַרויסגעגעבן אַ גרויסע צאָל דערציילונגען און ביכער, סײַ פֿאַר קינדער און סײַ פֿאַר דערוואַקסענע.
זײַן בוך „לאַבזיק“ איז אַרויס אין 1935 און איז געוואָרן אַ קלאַסיש ווערק פֿון דער ייִדישער קינדער־ליטעראַטור. די אַוואַנטורעס קומען פֿאָר אין בראָנסוויל, ברוקלין, דעם אַמאָליקן ייִדישן אַרבעטער־קוואַרטאַל, און האָבן צו טאָן מיטן קאַמף פֿונעם פּשוטן פֿאָלק קעגן קאָרומפּירטע פּאָליטיקער, פּאָליציאַנטן, שול־פֿאַרוואַלטערס, און נאָך אַגענטן פֿונעם קאַפּיטאַליסטישן עסטאַבלישמענט. די העלדן זײַנען אַ גרופּע ייִדישע תּלמידים און זייער הינטל, לאַבזיק, וואָס העלפֿט זיי אַגיטירן פֿאַר גערעכטיקייט. נישט געקוקט אויפֿן פּאָליטישן הינטערגרונט, זײַנען די מעשׂיות געשריבן אויף זייער אַ חנעוודיקן אופֿן, צוגעפּאַסט פֿאַר קינדער.
A message from Forverts editor Rukhl Schaechter
I hope you appreciated this article. Before you move on, I wanted to ask you to support the Forverts' 127-year legacy — and its bright future.
In the past, the goal of the Forverts was to Americanize its readers, to encourage them to learn English well and to acculturate to American society. Today, our goal is the reverse: to acquaint readers — especially those with Eastern European roots — with their Jewish cultural heritage, through the Yiddish language, literature, recipes and songs.
Our daily Yiddish content brings you new and creative ways to engage with this vibrant, living language, including Yiddish Wordle, Word of the Day videos, Yiddish cooking demos, new music, poetry and so much more.
— Rukhl Schaechter, Yiddish Editor