אַ שאָד וואָס די נײַע „פּיו־שטודיע‟ האָט נישט געשטעלט פֿראַגעס וועגן ייִדישWhy the new Pew Study should have asked about Yiddish
ייִדן וואָס האָבן נישט קיין שײַכות מיט רעליגיע קענען אויך זײַן איבערגעגעבענע ייִדן, אויב זיי דריקן עס אויס דורך דער ייִדישער שפּראַך און קולטור.
לייענט דעם אַרטיקל אויף ענגליש
ווען איך האָב דערהערט אַז דער „פּיו פֿאָרשצענטער‟ לאָזט אַרויס זײַן נײַעם באַריכט וועגן דער הײַנטיקער אידענטיטעט פֿון אַמעריקאַנער ייִדן, און אַז מע האָט דאָס מאָל צוגעגעבן מער אופֿנים ווי צו מעסטן ייִדישקייט ווי אין דער פֿריִערדיקער שטודיע פֿון יאָר 2013, בין איך געווען זיכער אַז מע וועט דאָס מאָל אַרײַננעמען דאָס לערנען זיך ייִדיש אָדער דאָס באַטייליקן זיך אין ייִדישע קולטורעלע אַקטיוויטעטן, בפֿרט ווײַל ס׳רובֿ אַמעריקאַנער ייִדן זענען אַשכּנזים, וואָס זייערע אָבֿות שטאַמען פֿון ייִדיש־רעדנדיקע שטעטלעך אין מיזרח־אייראָפּע. (אין דער פֿריִערדיקער שטודיע איז ייִדיש בכלל נישט דערמאָנט געוואָרן.)
נאָך אַלעמען איז ממשותדיק געשטיגן די צאָל מענטשן וואָס לערנען זיך ייִדיש במשך פֿון די פֿאַרגאַנגענע אַכט יאָר. די אָנלײַן־קלאַסן בײַם אַרבעטער־רינג, וואָס פֿלעגן צוציִען אַרום 50 סטודענטן אַ יאָר, ברענגען איצט אַרײַן מער ווי טויזנט מענטשן (צום טייל, אַ רעזולטאַט פֿון דער פּאַנדעמיע). דעם פֿאַרגאַנגענעם זומער האָבן זיך אין דער ייִוואָ זומער־פּראָגראַם פֿאַרשריבן אַזוי פֿיל מענטשן אַז ייִוואָ האָט געדאַרפֿט צושטעלן נײַע אָפּטיילן און אָנשטעלן לערער אין דער לעצטער מינוט.
די פֿאָרווערטס־יוטוב־סעריע, „אַ ייִדיש וואָרט אַ טאָג‟ האָט מען שוין געזען מער ווי 750,000 זינט זײַן אָנהייב אין אַפּריל 2020, און ווען די שפּראַכקורס־אַפּליקאַציע „דואָלינגאָ‟ האָט צוגעגעבן ייִדיש צו איר רשימה פֿון 39 לשונות, האָבן במשך פֿון בלויז צוויי וואָכן זיך פֿאַרשריבן אַ פֿערטל מיליאָן מענטשן.
איז טאַקע געווען אַ חידוש וואָס די פּיו־שטודיע פֿון 2021 האָט ווידער נישט דערמאָנט קיין וואָרט וועגן ייִדיש.
אַ צווייטע איבערראַשונג איז דאָס וואָס מער ווי אַ העלפֿט פֿון די פֿראַגעס אין דער נײַער שטודיע האָבן זיך פֿאַרנומען מיט רעליגיעזע אַספּעקטן פֿון ייִדישקייט, נישט געקוקט אויף דעם וואָס בלויז 20% ייִדן זאָגן אַז רעליגיע איז זיי זייער וויכטיק. (בײַ אַמעריקאַנער בכלל זאָגן 41% אַז רעליגיע איז זיי זייער וויכטיק.)
32% אַמעריקאַנער ייִדן באַטראַכטן זיך נישט ווי מיטגלידער פֿון קיין שום רעליגיעזן שטראָם און 27% האָבן זיך באַצייכנט ווי „ייִדן וואָס געהערן נישט צו קיין שום רעליגיע‟. דאָס נעמט אַרײַן יענע וועלכע באַשרײַבן זיך ווי אַטעיִסטן, אַגנאָסטיקער אָדער „גאָרנישט‟, אָבער האָבן אַ ייִדישע מאַמע אָדער טאַטע אָדער זענען דערצויגן געוואָרן ווי ייִדן און זאָגן אַז זיי באַטראַכטן זיך ווי ייִדן פֿון אַן עטנישן אָדער קולטורעלן קוקווינקל — אָדער צוליב זייער משפּחה־הינטערגרונט.
פּונקט ווי די שטודיע פֿון 2013, וועט די ווײַטערדיקע ירידה פֿון ייִדן וואָס זענען פֿאַרבונדן מיט אַ שיל אַרויסרופֿן זאָרג בײַ די ייִדישע כּלל־טוער וואָס שייך דער צוקונפֿט פֿון אַמעריקאַנער ייִדנטום. אָבער איין סיבה פֿאַר וואָס די סטאַטיסטיק קלינגט אַזוי דערשלאָגנדיק איז ווײַל מיר נעמען אָן אַז אַ מענטש וואָס אַסאָציִיִרט זיך נישט מיט אַ רעליגיעזן שטראָם פֿון ייִדישקייט איז גלײַך ווי איינער וואָס זינדערט זיך אָפּ פֿונעם ייִדישן פֿאָלק בכלל. עס נעמט נישט אין באַטראַכט די גרויסע צאָל אַמעריקאַנער ייִדן וואָס גלייבן אפֿשר נישט אין גאָט אָבער אידענטיפֿיצירן זיך שטאַרק מיט אַנדערע ייִדן און דריקן דאָס אויס דורך נישט־רעליגיעזע אופֿנים ווי, למשל, שמועסן אָפֿט מיט עלטערע ייִדן וועגן די אַמאָליקע צײַטן; זאַמלען ייִדישע קונסטווערק; באַפֿעפֿערן זייער ענגליש מיט ייִדישע ווערטער און אינטאָנאַציעס אָדער, ווי פֿריִער געזאָגט, דורכן לערנען זיך ייִדיש.
אין דער שטודיע איז איין פֿראַגע געווען: „צי הערט איר זיך צו צו ׳דזשויִש׳ אָדער ישׂראלדיקער מוזיק?‟ אויב אָבער די פֿראַגע וואָלט געווען: „הערט איר זיך צו צו ייִדישע אָדער העברעיִשע לידער?‟ וואָלט אַזאַ שאלה אַנטפּלעקט אַן אויטענטישע ייִדישע פֿאַרבינדונג בײַ וועלטלעכע ייִדן וואָס איז פּונקט אַזוי טיף ווי דאָס דאַווענען אין שיל איז בײַ מער רעליגיעז־געשטימטע ייִדן.
אויב דער ציל פֿון דער שטודיע איז טאַקע צו פּרוּוון פֿאַרשטיין וואָס אינספּירירט די אַמעריקאַנער ייִדן זיך צו פֿילן מער ייִדישלעך, האָט מען אויך געדאַרפֿט אַרײַננעמען די אָ ברירות אין דער שטודיע.
ס׳רובֿ ייִדן, למשל, זאָגן אַז דאָס פֿאַרגעדענקען דעם חורבן איז אַ וויכטיקער טייל פֿון זייער ייִדישער אידענטיטעט — אַ סימן, אַז בײַ אַ סך פֿון זיי איז דאָס פֿאַרבינדן זיך מיט דער ייִדישער געשיכטע זייער וויכטיק. אַחוץ דעם האָבן 52% אַמעריקאַנער ייִדן געזאָגט אַז זיי פֿילן זיך ייִדישלעך דורך זייער פֿאַרבינדונג מיט זייערע אָבֿות (ancestry בלע״ז), און 55% האָבן געזאָגט אַז קולטור איז וויכטיק.
נעמענדיק אין באַטראַכט די דרײַ פֿאַקטאָרן — דאָס פֿאַרגעדענקען דעם חורבן, דאָס פֿאַרבינדן זיך מיט די אָבֿות און דאָס לערנען זיך וועגן דער ייִדישער (דזשויִש) קולטור — האָט די שטודיע געקענט דינען ווי אַ גאָלדענע געלעגנהייט צו פֿרעגן די באַטייליקטע ווי אַזוי זיי, בפֿרט די פֿון אַשכּנזישן אָפּשטאַם, פֿאַרבינדן זיך מיט דער רײַכער ייִדישער קולטור וואָס האָט געבליט אין אייראָפּע איידער זי איז פֿאַרשניטן געוואָרן פֿון די נאַציס.
די שטאַרקע פֿאַרבינדנג וואָס ייִדן פֿילן צו זייער קולטור איז אויך אַנטפּלעקט געוואָרן דורך אַנדערע פֿראַגעס אין דער שטודיע. בערך 70% אַמעריקאַנער ייִדן זאָגן אַז זיי גרייטן צו אָדער עסן ייִדישע מאכלים. ווי עס שרײַבן די מחברים פֿון דער שטודיע, איז דאָס עסן ייִדישע מאכלים טאַקע געווען „דער סאַמע פֿאַרשפּרייטסטער אויסדרוק פֿון ייִדישער קולטור אין דער שטודיע‟. און דאָך האָבן די פֿאָרשער דאָס נישט געזען ווי אַ סימן פֿון דעם וואָס ייִדן פֿאַרבינדן זיך מיט דער קולטור פֿון זייערע באָבע־זיידעס און עלטער־באָבע־זיידעס — ווײַל אויב יאָ, וואָלט די פֿראַגע פֿון מאַכן אָדער צוגרייטן ייִדישע עסנס על־פּי־לאָגיק געדאַרפֿט באַגלייט ווערן מיט פֿראַגעס פֿאַרבונדן מיט דער ייִדישער אָדער ספֿרדישער קולטור בכלל.
די שאַפֿערס פֿון ביידע „פּיו‟־שטודיעס וועגן דער ייִדישער אידענטיטעט האָבן אויפֿגעטאָן אַ וויכטיקע זאַך דורכן געבן אונדז אַ בליק פֿון דעם ווי אַזוי אַמעריקאַנער ייִדן טראַכטן און פֿילן. אָבער זיי מוזן פֿאָרט פֿאַרשטיין אַז אַ גרויסער טייל ייִדן פֿילן זיך אַ סך מער דערווײַטערט פֿון רעליגיעזער ייִדישקייט ווי זיי פֿילן זיך צום ייִדישן פֿאָלק, צו דער ייִדישער געשיכטע און קולטור. ווען מע פֿאָקוסירט נישט אויף אָט די וויכטיקע אַספּעקטן פֿון דער מאָדערנער ייִדישער אידענטיטעט, פֿאַרפֿעלן זיי — און מיר — אַ געלעגנהייט צו זען פּונקט ווי ייִדישלעך עס זענען די נישט־רעליגיעזע ייִדן און וויפֿל זיי קענען נאָך צוגעבן צו דער צוקונפֿט פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער געזעלשאַפֿט.
A message from our Publisher & CEO Rachel Fishman Feddersen
I hope you appreciated this article. Before you go, I’d like to ask you to please support the Forward’s award-winning, nonprofit journalism during this critical time.
At a time when other newsrooms are closing or cutting back, the Forward has removed its paywall and invested additional resources to report on the ground from Israel and around the U.S. on the impact of the war, rising antisemitism and polarized discourse.
Readers like you make it all possible. Support our work by becoming a Forward Member and connect with our journalism and your community.
— Rachel Fishman Feddersen, Publisher and CEO