Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון פֿיליפּ ראָט איז אַראָפּגענומען געוואָרן פֿון פֿאַרקױףA new biography of Philip Roth is taken out of print

דער סקאַנדאַל אַרום בלײק בײליס ביאָגראַפֿיע װאָלט געקאָנט זײַן אַן אינטריגע אין פֿיליפּ ראָטס אַ ראָמאַן.

װען פֿיליפּ ראָט װאָלט נאָך געלעבט, װאָלט ער מסתּמא הנאה געהאַט פֿון אַ סקאַנדאַל, װאָס האָט זיך אױסגעבראָכן אַרום זײַן נײַער ביאָגראַפֿיע. גלײַך נאָך דעם װי דאָס בוך איז אַרױס פֿון דרוק, האָבן עטלעכע פֿרױען באַשולדיקט דעם מחבר בלײק בײלי אין סעקסועלע באַלעסטיקונגען. די מעשׂה האָט זיך אָנגעהױבן נאָך אין די 1990ער יאָרן, װען בײלי איז געװען אַ לערער אין אַ שול אין ניו־אָרלינס. דעמאָלט האָט ער זיך אַרײַנגעמישט אינעם פּריװאַטן לעבן פֿון זײַנע תּלמידות, אַרומגערעדט זײערע אינטימע געפֿילן און איבערלעבונגען. דערצו נאָך האָבן צװײ דערװאַקסענע פֿרױען אים באַשולדיקט אין דעם, װאָס ער האָט זײ פֿאַרגװאַלטיקט. אַ פּנים, האָט בײלי שױן לאַנג געהאַט אַזאַ שם, אָבער ערשט איצט האָט מען אָנגעהױבן װעגן דעם רעדן בפֿרהסיא.

דער נאָרטאָן־פֿאַרלאַג, װאָס האָט שױן באַצאָלט אַ היפּשן אַװאַנס פֿאַרן בוך און האָט געהאָפֿט צו מאַכן דערפֿון אַ רװח, האָט באַשלאָסן אַראָפּצונעמען דאָס בוך פֿון פֿאַרקױף. מען װעט מער ניט דרוקן נײַע אױפֿלאַגעס און װעט דאָס בוך ניט רעקלאַמירן. דאָס איז אַ פּנים דאָס ערשטע מאָל װי אַ פֿאַרלאַג נעמט אַראָפּ דאָס געדרוקטע בוך ניט װײַל עס איז עפּעס ניט גלאַט מיטן אינהאַלט אָדער איבער אַ באַשלוס פֿון אַ געריכט, נאָר איבער דעם מחברס שלעכטן שם. אַזױ אַרום װעט מסתּמא די נײַע ביאָגראַפֿיע פֿון פֿיליפּ ראָט אין גיכן װערן אַ יקר־המציאות.

די דאָזיקע געשיכטע זעט אױס װי אַ קיצור פֿון אַ ראָמאַן, װאָס ראָט װאָלט אַליין אָנגעשריבן. ער האָט געהאַט אַ ספּעציעלן טאַלאַנט פֿאַר אַנטפּלעקן צאַפּלדיקע מאָראַלישע פּראָבלעמען אָדער פּאָליטישע קאָנפֿליקטן און פֿאַרװאַנדלען זײ אין פּראָװאָקאַטאָרישע סאַטירישע ראָמאַנען. ראָטס העלדן זײַנען אָפֿט מאָל געװען אינטעליגענטע ליבעראַלע מיטליעריקע מאַנסבילן, װאָסער לעבן האָט זיך פּלוצעם דראַמאַטיש איבערגעקערט איבער אַ קליינעם געשעעניש. אַ סך לײענער און אײניקע קריטיקער האָבן געהאַלטן, אַז ראָט האָט אָפֿט געשריבן װעגן זיך אַלײן. אַ סבֿרה, איז אַזאַ מין פּראָװאָקאַציע טאַקע געװען ראָטס כּװנה, כאָטש ער האָט אַלע מאָל אָפּגעלײקנט דעם אױטאָביאָגראַפֿישן כאַראַקטער פֿון זײַנע װערק. אַזױ אָדער אַנדערש האָבן די דאָזיקע װיכּוחים אױפֿגערײצט דעם לײענערישן אינטערעס אי צו דעם נײַעם בוך אי צו דעם מחבר.

ראָט איז געװען אַ מײַסטער פֿון ליטעראַרישער פּראָװאָקאַציע אױף צװײ עיקרדיקע טעמעס, ייִדן און סעקס. מען האָט אים אָפֿט באַשולדיקט אין אַנטיסעמיטיזם און װײַבער־שׂינאה. זײַן ראָמאַן, „פּראָטנױס טענה‟, האָט בשעתו אַרױסגערופֿן אַ שטורעם פֿון פּראָטעסטן מצד רבנים און ייִדישע כּלל־טוער. דער באַרימטער היסטאָריקער פֿון קבלה, גרשום שלום, האָט געשריבן אין דער ישׂראלדיקער צײַטונג, „האָרץ‟: „דאָס איז דאָס בוך, פֿאַר װעלכן אַנטיסעמיטן האָבן געבעטן גאָט … מיר [ייִדן] װעלן באַצאָלן פֿאַר דעם, און ניט דער מחבר, װאָס באָדט זיך אינעם ניבול־פּה.‟

מיט יאָרן שפּעטער האָט ראָט סאַרקאַסטיש באַמערקט, אַז קײן אײן ייִד האָט נאָך ניט באַצאָלט פֿאַר זײַן בוך חוץ אַ פּאָר דאָלאַרן אין אַ ביכערקראָם. ראָט פֿלעגט זאָגן אַז ער איז ניט קײן אַמעריקאַנער ייִדישער שרײַבער, נאָר אַן אַמעריקאַנער שרײַבער װאָס איז אַ ייִד. ער האָט געשריבן פֿאַרן ברײטערן עולם לײענער, כאָטש לרובֿ זײַנען זײַנע העלדן טאַקע געװען ייִדן, און ייִדן זײַנען געװען די סאַמע לײַדנשאַפֿטיקע קריטיקער זײַנע. אפֿשר דערפֿאַר האָט ער אױסגעקליבן טאַקע אַ ניט־ייִדישן שרײַבער פֿאַר שרײַבן זײַן „אָפֿיציעלע‟ ביאָגראַפֿיע.

הײַנט קלינגען די באַשולדיקונגען אין אַנטיסעמיטיזם קעגן ראָט װי אַ טײל פֿון דער אַמעריקאַנער ייִדישער קולטור־געשיכטע, און ראָט פֿאַרנעמט אַ בכּבֿודיקן אָרט אין דער אַמעריקאַנער ליטעראַטור. ניט אַזױ פּשוט איז אָבער דער ענין פֿון ראָטס װײַבער־שׂינאה. ער האָט געהאַט אַ שטורעמדיקע ליבע־לעבן און האָט טאַקע שלעכט באַהאַנדלט אַ היפּשע צאָל קאָכאַנקעס זײַנע. אײניקע קריטיקער געפֿינען בײליס ביאָגראַפֿיע צו מרחמדיק און אַפֿילו סימפּאַטעטיש צו ראָטס אופֿן פֿון באַגײן זיך מיט פֿרױען און צו אײניקע נעגאַטיװע שילדערונגען פֿון פֿרױען־געשטאַלטן אין זײַנע ביכער.

עס איז דאָ אַ טיפֿער אונטערשיד צװישן ראָטס צװײ „חטאים‟, אַנטיסעמיטיזם און װײַבער־שׂינאה. אײניקע ייִדישע געשטאַלטן זײַנע זײַנען טאַקע קאַריקאַטוריש און ענלעך צו אַנטיסעמיטישע סטערעאָטיפּן. װען „פּאָרטױס טענה‟ איז אַרױס אין 1969, איז דער טראַװמאַטישער זכּרון פֿון נאַציסטישן אַנטיסעמיטיזם נאָך געװען גאַנץ פֿריש. דאָס דערקלערט די שאַרפֿע רעאַקציע פֿון אַזאַ מענטש װי גרשום שלום. ראָט האָט אָבער דעמאָלט געהערט צו דעם ייִנגערן דור אַמעריקאַנער ייִדן. ער האָט בדעה געהאַט צו באַפֿרײַען ייִדן פֿון דעם דאָזיקן פּחד דורכן אױסלאַכן פֿון זיך אַלײן. דער ראָמאַן האָט געהאַט אַ ריזיקן דערפֿאָלג און געהערט הײַנט צו די קלאַסישע װערק פֿון יענער תּקופֿה.

די באַציִונגען צװישן דער װירקלעכקײט און דער ליטעראַרישער פֿאַנטאַזיע איז אַ קאָמפּליצירטער ענין פֿון קריטישע חקירות. ראָט איז געװען גוט געװױר פֿון דער דאָזיקער פּראָבלעם און האָט עס געניט אױסגענוצט אין זײַנע װערק. אינעם ראָמאַן, „אָפּעראַציע שײַלאָק‟, למשל, האָט ער אַ פּערסאָנאַזש מיטן נאָמען פֿיליפּ ראָט, װאָס האָט אַ פּלאַן צו ברענגען ייִדן פֿון ישׂראל צוריק אין די גלות־לענדער און אַזױ אַרום לײזן דעם קאָנפֿליקט צװישן ייִדן און אַראַבער. דער נאַראַטאָר, כּלומרשט דער „עכטער‟ פֿיליפּ ראָט, פּרוּװט דעמאַסקירן דעם שװינדלער, און װערט דערבײַ פֿאַרטאָן אין דער ישׂראלדיקער פּאָליטיק. װעלכער פֿון די צװײ פּערסאָנאַזשן שפּיגלט אָפּ ראָטס פּאָליטישע פּאָזיציע לגבי ישׂראל? דאָס דאַרף דער לײענער אַליין טרעפֿן.

אַנדערש איז דער ענין מיט די באַשולדיקונגען אין װײַבער־שׂינאה. פֿעמיניסטישע קריטיקער טענהן, אַז ראָטס פֿרױען־געשטאַלטן זײַנען נעגאַטיװע סטערעאָטיפּן, װאָס ער האָט געשאַפֿן פֿון זײַנע געװעזענע קאָכאַנקעס. אײניקע פֿון זײ האָבן אָנגעשריבן זײערע אײגענע זכרונות אָדער ראָמאַנען, װוּ ראָט קומט אַרױס גאָר ניט שײן. בײלי איז טאַקע נוטה זיך אָנצונעמען ראָטס קריװדע אין די דאָזיקע סיכסוכים. אָבער צי דאַרף מען זײַן גאַנץ בוך מבֿטל זײַן איבער די באַשולדיקונגען קעגן אים, װאָס מען האָט לעצטנס געמאַכט? דאָס איז אַ פֿראַגע, װאָס איז אַן ענין פֿאַר עטישע חקירות — אָדער אַ טעמע פֿאַר אַ נײַעם ראָמאַן אינעם נוסח פֿון פֿיליפּ ראָט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.