Skip To Content
JEWISH. INDEPENDENT. NONPROFIT.
Yiddish

ווענעציע ווערט אַלט 1,600 יאָרVenice turns 1,600 years old

ייִדן וווינען שוין אין דער שטאָט זינט מיטל־עלטער.

נישט געקוקט אויף די שוועריקייטן מיטן קאַראַנטין, קומען אין ווענעציע, איטאַליע הײַנט פֿאָר פֿאַרשיידענע אונטערנעמונגען לכּבֿוד דעם 1,600־יאָריקן יוביליי פֿון דער שטאָט – איינע פֿון די וויכטיקסטע שטעט אין דער ייִדישער געשיכטע, ווי אויך אין דער היסטאָריע פֿון אַלט־ייִדישער ליטעראַטור. מיט דער פּראָגראַם פֿון די יוביליי־אונטערנעמונגען, אויב איר פֿאַרשטייט איטאַליעניש, קאָנט איר זיך באַקענען אָט דאָ.

די עפֿן־אונטערנעמונג איז דורכגעפֿירט געוואָרן דעם 25טן מאַרץ; דעם דאָזיקן טאָג האָט מען אינעם יאָר 421 פֿאַרלייגט דעם ערשטן שטיין פֿונעם עלטסטן קלויסטער אין ריאַלטאָ — דעם הײַנטיקן צענטראַלן ראַיאָן פֿון ווענעציע. אינעם זעלבן יאָר ווערט אין די אוראַלטע כראָניקן אויך דערמאָנט אַן אַנדער ראַיאָן פֿון דער שטאָט – דער קליינער אינדזל, פּאָוועלע. ווײַזט אויס, אַז די געגנט איז דעמאָלט שוין געווען באַוווינט, אָבער דאָס איז די ערשטע קאָנקרעטע דאָקומענטירטע דאַטע אין דער ווענעציער געשיכטע.

אינעם 8טן יאָרהונדערט איז ווענעציע פֿאַקטיש געוואָרן די קרוינשטאָט פֿון אַן אומאָפּהענגיקער רעפּובליק, וועלכע האָט קאָנטראָלירט אַ גרויסע צאָל אינדזלען און די ים־ברעגן פֿון צפֿון־מיזרחדיקער איטאַליע. שפּעטער האָט זיך איר מאַכט פֿאַרשפּרייט ביזן שטח פֿון דער הײַנטיקער קראָאַטיע, ווי אויך אויף אַ צאָל אינדזלען אינמיטן דעם מיטל־לענדישן ים. זײַענדיק רעלאַטיוו קליין, האָט די ווענעציער רעפּובליק פֿאָרט געשפּילט אַ גרויסע וועלטראָלע אינעם ים־האַנדל במשך פֿון אַ גאַנץ יאָרטויזנט; אין 1797 איז זי אַרײַנגעפֿאַלן אין די הענט פֿון נאַפּאָלעאָנס פֿראַנקרײַך און עסטרײַך.

ייִדן האָבן געוווינט אין ווענעציע זינט דער מיטל־עלטער, אָבער דער וויכטיקסטער פּעריאָד האָט זיך אָגעהויבן אין 1516, ווען די רעגירונג פֿון דער רעפּובליק האָט באַשלאָסן, אַז אַלע אירע ייִדישע תּושבֿים מוזן וווינען אין דער געגנט, וווּ עס האָבן זיך געפֿונען די שטאָטישע מעטאַל־פֿאַבריקן, און דאָס גערופֿן דער „געטאָ‟. טאַקע פֿון יענער געגנט, וווּ עס וווינט עד־היום אַ ממשותדיקע און גאַנץ לעבעדיקע ייִדישע קהילה, שטאַמט טאַקע דאָס דאָזיקע טרויעריק־באַרימטע וואָרט.

הגם די ווענעציער ייִדן האָבן געהאַט באַגרענעצטע רעכט און געמוזט טראָגן אַ ספּעציעלן צייכן, האָבן זיי, בדרך־כּלל, זעלטן געליטן פֿון אַן ערנסטן אַנטיסעמיטיזם. אַדרבה, די באַרימטע ווענעציער געטאָ איז געווען אַ גרויסער צענטער פֿונעם פֿרײַנדלעכן קולטורעלן סינטעז. ווען ייִדן האָבן נאָך געמעגט וווינען אין ווענעציע וווּ מע וויל, האָט אליהו בחור (לעוויטאַ) דאָרטן אָנגעשריבן זײַן „באָווע־בוך‟ – אַ פּאָעטישע אַלט־ייִדישע אַדאַפּטאַציע פֿונעם באַקאַנטן אַנגלאָ־נאָרמאַנדישן ריטערישן ראָמאַן. אין דער ווענעציער געטאָ איז געווען איינע פֿון די בעסטע ייִדישע דרוקערײַען – מעגלעך, די בעסטע אויף דער וועלט – וווּ אליהו בחור האָט במשך פֿון עטלעכע יאָר געאַרבעט ווי אַ קאָרעקטאָר. אין 1520-1523 האָט דניאל באָמבערג אַרויסגעגעבן, אין ווענעציע, די ערשטע פֿולע אויסגאַבע פֿונעם תּלמוד־בבֿלי.

צום באַדויערן, איז די פּובליקאַציע פֿונעם תּלמוד פֿאַרבונדן מיט אַ טרויעריקער מעשׂה, וואָס ווײַזט, אַז די באַציִונגען צווישן ייִדן און קריסטן אין איטאַליע זענען נישט אַלעמאָל געווען פֿויגלדיק. אין 1553 האָט די איטאַליענישע אינקוויזיע באַפֿוילן צו פֿאַרברענען די ווענעציער גמראות. אַן אַנדער מאַסן־פֿאַרברענונג פֿון ייִדישע ספֿרים איז געשען אין דער שטאָט אינעם יאָר 1568. ס׳איז אָבער נישט קלאָר, ווער איז געווען שולדיק אין די דאָזיקע אינצידענטן: די אַלגעמיינע קאַטוילישע אינקוויזיציע, די רעפּובליק צי אַנדערע דרוקער, וואָס זענען געווען אומצופֿרידן מיט די ייִדישע פֿאַרלעגער צוליב קאָנקורענץ.

דון יצחק אַברבנאל, אַ באַרימטער מפֿרש פֿונעם תּנ״ך, אַ גרויסער ייִדישער פֿילאָסאָף און דער מחבר פֿון צענדליקער ספֿרים, האָט הויך געשעצט די ווענעציער רעפּובליק מיט איר דעצענטראַליזירטער זעלבסט־רעגירונג. אין זײַנע פּירושים דריקט ער אויס פֿאַקטיש אַנאַרכיסטישע געדאַנקען און באַטאָנט, אַז ייִדן האָבן קיינמאָל נישט געדאַרפֿט האָבן קיין מלכים. ווי אַ בײַשפּיל, לויבט ער די ווענעציער סיסטעם. ס׳איז אָבער כּדאַי צו באַמערקן, אַז אַברבנאל האָט געוווינט אין ווענעציע פֿאַר דער געטאָ־תּקופֿה.

די ווענעציער ייִדישע קהילה איז געווען אַ מולטי־קולטורעלע און באַשטאַנען פֿון אַשכּנזישע, שפּאַניש־ספֿרדישע, מיזרחדיקע און אָרטיקע, איטאַליענישע ייִדן מיט זייער אייגנאַרטיקן נוסח דאַוונען און מינהגים. הײַנט געפֿינט זיך אין דער געוועזענער געטאָ אַ ישיבֿה, אַ שיל, אַ כּשרער רעסטאָראַן, יודאַיִקאַ־קראָמען און אַ ריי אַנדערע ייִדישע אַנשטאַלטן. הגם די הײַנטיקע קהילה איז קליין – בערך 450 נפֿשות – בלײַבט זי אַקטיוו און שטרעבט אָפּצוהיטן דעם אוניקאַלן גײַסט פֿונעם איטאַליענישן נוסח ייִדישקייט.

Dive In

    Republish This Story

    Please read before republishing

    We’re happy to make this story available to republish for free, unless it originated with JTA, Haaretz or another publication (as indicated on the article) and as long as you follow our guidelines. You must credit the Forward, retain our pixel and preserve our canonical link in Google search.  See our full guidelines for more information, and this guide for detail about canonical URLs.

    To republish, copy the HTML by clicking on the yellow button to the right; it includes our tracking pixel, all paragraph styles and hyperlinks, the author byline and credit to the Forward. It does not include images; to avoid copyright violations, you must add them manually, following our guidelines. Please email us at [email protected], subject line “republish,” with any questions or to let us know what stories you’re picking up.

    We don't support Internet Explorer

    Please use Chrome, Safari, Firefox, or Edge to view this site.